ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published January 05, 2016, issue of January 22, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

דאָס פּאַפּיר, זאָגן די יעקעס, איז געדולדיק. יעדער איינער קען שרײַבן אויף אים וואָס ער וויל. די צרה איז נאָר, אַז אַנשטאָט אַרויסצוגעבן געלטער אויף ערנסטע זאַכן, ווי ייִדישע דערציִונג פֿאַר קינדער, אָדער הילף פֿאַר נייטיקע ייִדישע זקנים, גיט מען אויס געלט אויף אומנייטיקע און גאַנץ נישט קיין ביליקע פּובליקאַציעס.

אַ מאַפּע פֿון ייִדישן שטעטל פּיסעצנע (פּיאַסעטשנאָ)

די ערד אַרום וואַרשע איז נישט פֿרוכטבאַר. אָפֿטמאָל איז עס פּשוט זאַמד. פּיאַסעטשנאָ איז אַ שטעטל לעבן וואַרשע. פּיאַסעטשנאָ מיינט טאַקע די זאַמדיקע שטאָט אויף פּויליש. די שטאָט חולון לעבן תּל־אָבֿיבֿ האָט אַן ענלעכן נאָמען, ווײַל זי איז אויכעט געבויט געוואָרן אויף חול, דאָס הייסט, זאַמד.

כּמעט אַ האַלב פֿון די תּושבֿים אין פּיאַסעטשנאָ זענען געווען ייִדן. ר׳ קלמן שאַפּיראָ איז געווען דער לעצטער צדיק פֿון דער פּיסעצנער דינאַסטיע. די דײַטשן האָבן אים אומגעבראַכט אין איינעם מיט זײַנע חסידים.

עטלעכע קולטור־טוערס אין פּיאַסעטשנאָ האָבן לעצטנס אַרויסגעגעבן אַ מאַפּע מיט דעם אַזוי גערופֿענעם „קוועסטינג‟, געווידמעט די ייִדן פֿון זייער שטעטל.

וואָס איז אַזוי QUESTING? די אָנטיילנעמער פֿון אַ קוועסטינג באַקומען אַ מאַפּע אין די הענט און זיי דאַרפֿן זוכן באַהאַלטענע ערטער אויף זייער וועג. הייסט עס, אַז קוועסטינג איז אַ מישונג פֿון אַ רעטעניש מיט אַ שפּאַציר, דערצו אַ ביסל געאָגראַפֿיע, אַ קאַפּעטשקע געשיכטע און אַ סך פֿרישע לופֿט. די אָנטיילנעמער אין אַזאַ שפּיל באַקענען זיך אויף אַזאַ אופֿן מיטן ראַיאָן. אָט זענען עטלעכע סטאַנציעס אויפֿן שליאַך פֿון דעם פּיאַסעטשנאָ קוועסטינג: די מיקווה, עטלעכע מצבֿות אויפֿן פּיאַסעטשנער ייִדישן בית־עולם, דאָס הויז פֿונעם פּיאַסעטשנער צדיק און אַזוי ווײַטער.

יעזשי דושאַ
יעזשי דושאַ

איינער פֿון די שאַפֿערס פֿונעם פּיאַסעטשנאָ קוועסטינג איז יעזשי דושאַ, וואָס איז 88 יאָר אַלט און געדענקט נאָך דאָס פֿאַרמלחמהדיקע ייִדישע פּיאַסעטשנאָ. דושאַ, מיינט אַגבֿ אויף פּויליש, נשמה. סע ווײַזט זיך אַרויס, אַז דער אַלטער פּאָליאָק פֿאַרמאָגט טאַקע אַ גרויסע, איידעלע נשמה.