אַ שליסל צום ליובאַוויטשער ייִדיש

A Key to Lubavitch Yiddish

דער נײַער ליובאַוויטשער קאָמפּלעקט פֿון לערן־ביכער, וואָס העלפֿן צו באַקענען זיך מיט ייִדיש, און דער היסטאָרישער חסידישער צענטער אין ליובאַוויטש
Col.org.il
דער נײַער ליובאַוויטשער קאָמפּלעקט פֿון לערן־ביכער, וואָס העלפֿן צו באַקענען זיך מיט ייִדיש, און דער היסטאָרישער חסידישער צענטער אין ליובאַוויטש

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published January 06, 2016, issue of January 22, 2016.

אין פֿאַרגלײַך מיט די סאַטמאַרער און אַנדערע חסידים פֿונעם אונגערישן און גאַליציאַנער שניט, רעדן די ליובאַוויטשער ווייניק טאָג־טעגלעך אויף ייִדיש. פֿון דער צווייטער זײַט, טרעפֿן זיך אין קראָון־הײַטס, דער ברוקלינער צענטער פֿונעם הײַנטיקן חב״ד, נישט ווייניק יונגע־לײַט, וואָס סטאַרען זיך אויסצולערנען דווקא אַ גוטן ליטעראַרישן ייִדיש, אָן איבעריקע ענגלישע ווערטער און מיט אַלע קלאַסישע סלאַוויש־שטאַמיקע ווערטער, וואָס זיי הערן פֿון די עלטערע רוסישע ייִדן.

אַזאַ מצבֿ איז פֿאַרבונדן מיט דעם, וואָס אַ סך הײַנטיקע ליובאַוויטשער זענען בעל־תּשובֿות אָדער אויפֿגעוואַקסן אין וועלטלעכע אָדער בעל־תּשובֿישע היימען, וווּ די טאַטע־מאַמע האָבן גערעדט בלויז אויף ענגליש, פֿראַנצויזיש, רוסיש, העברעיִש אָדער שפּאַניש. נישט לאַנג צוריק, איז אויף דער פּאָפּולערער העברעיִשער וועבזײַט //Col.org.il, וווּ עס ווערן פֿאַרעפֿנטלעכט פֿאַרשיידענע ליובאַוויטשער נײַעס, דערשינען אַ העברעיִשע רעקלאַמע פֿון אַ לערן־קאָמפּלעקט, וואָס שטעלט דעם ציל צו באַקענען די תּלמידים מיט ייִדיש אויף אַ גרינגן אופֿן. אינעם קאָמפּלעקט ווערן אויך דערקלערט די יסודותדיקע כּללים פֿון דער ייִדישער גראַמאַטיק.

הרבֿ יהודה שטיין פֿון בני־ברק לייגט פֿאָר אַ קאָמפּלעקט פֿון דרײַ פּשוטע ביכער מיט אַ חסידישן טעם אויף ייִדיש, וואָס טראָגן דעם נאָמען „דער שליסל‟, באַגלייט מיט אַ קליין העברעיִש־ייִדיש ווערטערביכל פֿון בערך 5,000 ווערטער. די מחברים פֿון דער רעקלאַמע באַטאָנען, אַז אויב איר „חלומט זיך אויסצולערנען ייִדיש‟, איז עס הײַנט גרינג צו טאָן. יעדער ווייסט, גיבן צו די מחברים, אַז די ייִדישע שפּראַך איז זייער חשובֿ און וויכטיק, ווײַל דער הייליקער בעל־שם־טובֿ, זײַנע תּלמידים און אַלע רביים פֿון חב״ד האָבן גערעדט זייערע תּורות אויף ייִדיש.

אַדרבה, הגם דער לעצטער ליובאַוויטשער רבי, מנחם־מענדל שניאורסאָן, האָט גוט געקענט אַ סך שפּראַכן, האָט ער איבערגעלאָזט צענדליקער בענדער פֿון זײַנע שׂיחות דווקא אויף דער ייִדישער שפּראַך. ווי דער שטייגער איז בײַ ס׳רובֿ פֿרומע ייִדן, אַרײַנגערעכנט די רעדאַקציע פֿון די ליובאַוויטשער אויסגאַבעס, שטייט אינעם נײַעם קאָמפּלעקט דער נאָמען פֿון דער שפּראַך אַלעמאָל אָנגעשריבן מיט אַן „אַלף‟ — אידיש. בײַ די חב״דניקעס טראָגט אָבער אַזאַ אויסלייג אַ באַזונדערן באַדײַט, ווײַל אויפֿן ווײַסרוסישן דיאַלעקט פֿון די חב״ד־רביים קלינגט דאָס וואָרט „ייִדיש‟ טאַקע אַזוי. דערצו, האָט דער לעצטער רבי באַמערקט, אַז די ראָשי־תּיבֿות „ל״א‟ אין די אַלטע ספֿרים דאַרף מען אָפּטײַטשן ווי „לשון אידיש‟ און נישט „לשון אַשכּנז‟. הגם אונדזער לשון איז היסטאָריש פֿאַרבונדן מיט דײַטש, האָבן די ייִדן במשך פֿון דורות געשאַפֿן אַן אייגענע אומאָפּהענגיקע ייִדישע שפּראַך.

די ליובאַוויטשער האָבן אַרויסעגעגעבן דאָס ווערטערביכל מיט עטלעכע יאָר צוריק, אָבער דער גאַנצער לערן־קאָמפּלעקט איז אַ נײַע המצאה, אָרגאַניזירט מיט אַ פּאָר חדשים צוריק דורך אַ ספּעציעלער ליובאַוויטשער אינסטאַנץ, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט ייִדיש־לימודים. ס׳איז כּדאַי צוצוגעבן, אַז דער עיקר־צוועק פֿונעם פּראָיעקט איז צו געבן פּאַסיווע קענטענישן פֿון דער שפּראַך — דער עיקר, כּדי צו פֿאַרשטיין געוויסע פֿרומע טעקסטן און תּורה־שיעורים. פֿונדעסטוועגן, איז גוט צו וויסן, אַז אַחוץ די וועלטלעכע ייִדיש־שטודיעס און די לכתּחילה ייִדיש־שפּראַכיקע חסידישע קרײַזן, זענען פֿאַראַן בעל־תּשובֿות און העברעיִש־קענער, וואָס לערנען זיך אויס „ייִדיש מיט אַן אַלף‟, כּדי ממשיך צו זײַן די אַלטע ליובאַוויטשער טראַדיציע.