סאָוועטיש־ייִדישע לידער לעבן ווײַטער

Living Tradition of Soviet Yiddish Songs

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published January 07, 2016, issue of January 22, 2016.

 

בעת דעם אינטערנאַציאָנאַלן סימפּאָזיום, געווידמעט דער ייִדיש־קולטור אַרום דער וועלט אינעם פּעריאָד פֿון 1938 ביז 1948, וועלכער איז פֿאָרגעקומען דעם פֿאַרגאַנגענעם אַפּריל אין טאָראָנטאָ, האָט פּראָפֿ׳ אַנאַ שטערנשיס דערציילט וועגן פֿאַרגעסענע ייִדישע לידער פֿון די חורבן־יאָרן, און דער באַקאַנטער זינגער פּסוי קאָראָלענקאָ זיי געזונגען. דעם 27סטן יאַנואַר וועט קאָראָלענקאָ, צוזאַמען מיט אַ גרופּע רוסלענדישע און קאַנאַדישע מוזיקאַנטן, אויפֿטרעטן ווידער אין קאַנאַדע מיט די אַנטדעקטע סאָוועטיש־ייִדישע לידער — דאָס מאָל אין ריטשמאָנד־היל, נישט ווײַט פֿון טאָראָנטאָ.

שטערנשיס, אַ געבוירענע אין מאָסקווע, אַרבעט ווי אַ ייִדיש־פּראָפֿעסאָרין אינעם טאָראָנטער אוניווערסיטעט און ספּעציאַליזירט זיך אין דער סאָוועטיש־ייִדישער קולטור. די בלעטער מיט מוזיקאַלישע נאָטן פֿון פֿריִער אומבאַקאַנטע מוזיקאַלישע ווערק האָט זי אַנטדעקט מיט עטלעכע יאָר צוריק אין דער קיִעווער נאַציאָנאַלער אוקראַיִנישער ביבליאָטעק. בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, האָט דער פֿילאָלאָג עליע ספּיוואַק און דער פֿאָלקלאָריסט משה בערעגאָווסקי אָנגעהויבן זאַמלען די אָריגינעלע לידער פֿון ייִדישע פּליטים, וועלכע האָבן זיך געראַטעוועט פֿונעם חורבן אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. אינעם יאָר 1949, האָט אָבער די סאָוועטישע רעגירונג פּלוצעם קאָנפֿיסקירט די קאָלעקציע און האָט נישט דערלאָזט זי צו פֿאַרעפֿנטלעכן.

קאָראָלענקאָ, אויך אַ מאָסקווער, האָט צוגעטראַכט, ווי אַזוי צו רעפּרעזענטירט די אַלטע לידער אויף אַ חידושדיקן מאָדערנעם אופֿן, אויפֿן סמך פֿון אַלטע סאָוועטישע און ייִדישע מעלאָדיעס. אַ טייל לידער אין דער זאַמלונג האָט אַן איראָנישן פּאַראַדאָקסאַלן טעם, מצד דעם קוקווינקל פֿון אַ הײַנטיקן צוהערער. למשל, עס ווערט אין איין ליד, ווי אַ טייל פֿון אַ פּורים־שפּיל, היטלער אַסאָציִיִרט מיט המן־הרשע, און סטאַלין — מיט מרדכי־הצדיק. „היטלער האָט די מפּלה, סטאַלין האָט די ממשלה‟, פֿרייט זיך אַ געראַטעוועטער ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה.

הגם די באַציִונגען צווישן דער סאָוועטישער רעגירונג און דער ייִדישער קולטור זענען געווען סתּירותדיקע און קאָמפּליצירטע, בפֿרט אין דער תּקופֿה פֿונעם דערמאָנטן „צדיק‟, לעבן די שאַפֿונגען פֿון די אַמאָליקע סאָוועטיש־ייִדישע זינגער און פּאָעטן ווײַטער סײַ אויפֿן שטח פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, סײַ אין די מערבֿדיקע לענדער.