100 יאָר פֿון דער גאַלעריע „בן־אורי‟

100 Years of the Ben Uri Gallery

די קוראַטאָרן פֿון דער „בן־אורי גאַלעריע‟ — שׂרה מאַקדוגאַל (רעכטס) און רחל דיקסאָן, לעבן מאַרק גערלערס מײַסטערווערק „קאַרוסעל‟ (מערי־גאָו־ראַונד)
Getty Images
די קוראַטאָרן פֿון דער „בן־אורי גאַלעריע‟ — שׂרה מאַקדוגאַל (רעכטס) און רחל דיקסאָן, לעבן מאַרק גערלערס מײַסטערווערק „קאַרוסעל‟ (מערי־גאָו־ראַונד)

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published January 07, 2016, issue of January 22, 2016.
די גאַלעריע „בן־אורי‟
די גאַלעריע „בן־אורי‟

משה עובֿד, אַ לאָנדאָנער ייִד, װאָס האָט געהאַנדלט מיט קמיעות און איידלשטײנער און איז געװען אַ הײסער חסיד פֿון ייִדיש, דערמאָנט זיך אין זײַנע זכרונות „װיזיאָנען און אײדלשטײנער‟ (1931): „אין 1914 האָט די מלחמה, אין איר גװאַלדיקן װעלט־טרײסל, אַהערגעשלײַדערט פֿון פֿראַנקרײַך אַ געװיסן ב. בערסאָן, ניט קײן שלעכטן דעקאָראַטיװן קינסטלער. יעדנפֿאַלס, איז ער געװען אַ גוטער אַגיטאַטאָר און אינספּיראַטאָר. ער האָט דעמאָלט געגרינדעט דעם ייִדישן קונסט־פֿאַראײן ‘בן אורי’, װעלכער באַזיצט הײַנט צו טאָג אַ קלײנע, אָבער אַ שײנע קאָלעקציע פֿון ייִדישע קונסטװערק.‟

אינעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר 2015 האָט „בן אורי‟ אָפּגעפֿײַערט מיט אַ היפּש ביסל פּאָמפּע זײַן 100סטן יובֿל.

שױן דער פֿאַקט אַליין, אַז אַזאַ מין ייִדישער קונסט־אַנשטאַלט האָט געהאַט אַזאַ לאַנגן און פּראָדוקטיװן קיום אין לאָנדאָן, איז אַ מין נס. מען װײסט װײניק װעגן בערסאָנס פּערזענלעכקײט — אַ פּליט פֿון רוסלאַנד, װאָס איז אַ פּנים נעלם געװאָרן פֿון לאָנדאָן מיט אַ יאָר שפּעטער. אָבער „בן־אורי‟ איז פֿאַרבליבן און געװאָרן אַ װיכטיקער צענטער פֿון ייִדישער קולטור און קונסט. לרובֿ קינסטלער און קולטור־טוער, װאָס האָבן זיך אין פֿאַרשידענע יאָרן גרופּירט אַרום דעם דאָזיקן אַנשטאַלט, זײַנען געװען אימיגראַנטן פֿון מיזרח־ און מיטל־אײראָפּע. לכתּחילה איז דאָס געװען ייִדיש־רעדנדיקע אינטעליגענץ פֿון רוסלאַנד און פּױלן; אין די 1930ער יאָרן זײַנען צוגעקומען פּליטים פֿון היטלערס דײַטשלאַנד, און נאָך דער מלחמה — די שארי־הפּליטה פֿון די „די־פּי‟־לאַגערן.

די רײַכע שעפֿערישע געשיכטע פֿון „בן־אורי‟ װערט פּרטימדיק באַהאַנדלט אינעם זאַמלבאַנד לכּבֿוד דעם יובֿל. פֿאַר דער געשיכטע פֿון ייִדיש אין ענגלאַנד איז ספּעציעל װיכטיק דער װאָגיקער אַרטיקל פֿונעם באַקאַנטן לאָנדאָנער היסטאָריקער פֿון ייִדישער קולטור — דוד מאַזאָװער. אין די ערשטע יאָרן איז „בן־אורי‟ געשטאַנען אין פֿאַרבינדונג מיט דער צײַטונג „די צײַט‟, מיטן ייִדישן פֿאַרלאַג „נאַראָד‟, און מיט דער לאָנדאָנער בראַנזשע פֿון „פּועלי־ציון‟, װאָס האָט דעמאָלט געשטיצט ייִדיש. אין 1916 איז אַרױס די ערשטע ענגלענדישע פּובליקאַציע װעגן קונסט אױף ייִדיש, „בן אורי אַלבאָם‟, װאָס האָט אַנטהאַלטן בערסאָנס צײכענונגען לױט די מאָטיװן פֿון ייִדישן אַלטערטום.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.