ייִדישע פּלאַקאַטן פֿון מאָנטרעאַל — דיגיטאַליזירט

Yiddish Posters from Montreal Online


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published January 08, 2016, issue of February 05, 2016.

די „ייִדישע פֿאָלקס־ביבליאָטעק פֿון מאָנטרעאַל‟, וואָס איז שוין מער ווי הונדערט יאָר אַלט, אַנטהאַלט זייער אַ סך אינטערעסאַנטע רעסורסן אויף ייִדיש. קודם־כּל, האָט מען געשאַפֿן די ביבליאָטעק פֿאַר ייִדיש־רעדנדיקע לייענער, און די ביבליאָטעק האָט עד־היום אַ ריזיקע קאָלעקציע פֿון ביכער אויף ייִדיש. חוץ די ביכער פֿאַרמאָגט די ביבליאָטעק טויזנטער רעקאָרדירונגען פֿון רעדעס, וואָס באַקאַנטע ייִדישע שרײַבער אַזוי ווי ה. לייוויק, איציק מאַנגער, אַבֿרהם סוצקעווער, קאַדיע מאָלאָדאָווסקי, חיים גראַדע, חווה ראָזענפֿאַרב, אלי וויזעל, יעקבֿ גלאַטשטיין, אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש, יצחק באַשעוויס־זינגער, שמערקע קאַטשערגינסקי און י. י. סיגעל האָבן דאָרטן געהאַלטן. יענע אוניקאַלע רעקאָרדירונגען קען מען שוין הערן אויפֿן וועבזײַטל פֿונעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟.

די „ייִדישע פֿאָלקס־ביבליאָטעק פֿון מאָנטרעאַל‟ אַרבעט איצט אויף נײַע איניציאַטיוון, וואָס וועלן דערמעגלעכן, אַז מענטשן איבער דער וועלט זאָלן קענען זיך באַנוצן מיט זייערע רעסורסן פֿון דער ווײַטנס. לעצטנס, האָט מען אַרויפֿגעשטעלט מוסטערן פֿון אַן אוניקאַלער קאָלעקציע פֿון ייִדישע בריוו, פּלאַקאַטן און רעקלאַמעס, וואָס ווײַזן דאָס טאָג־טעגלעכע לעבן פֿונעם ייִדישן מאָנטרעאַל. די קאָלעקציע, וואָס באַשטייט פֿון איינסן, וועלכע שלום קרישטאַלקע האָט אָנגעזאַמלט פֿון די 1930ער ביז די 1970ער יאָרן, שפּיגלט אָפּ פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿונעם אָרטיקן קולטורעלן לעבן. די פּלאַקאַטן נעמען אַרײַן פּאָליטישע מיטינגען (דעם ערשטן מײַ, ציוניסטישע פֿאַרזאַמלונגען, שטרײַקן קעגן כּשרע פֿלייש־געשעפֿטן), קולטורעלע אונטערנעמונגען, פֿרומע פּאַשקעווילן און פּאַרטיייִשע מעלדונגען, פֿאַבונדן מיט וואַלן.

צווישן די פּלאַקאַטן געפֿינט מען אַזעלכע אוניקאַלע היסטאָרישע דאָקומענטן ווי אַ רעקלאַמע פֿאַר אַ רעדע פֿון דער ייִדישער אַנאַרכיסטישער פֿירערין עמאַ גאָלדמאַן, אַ רעדע, אויף ייִדיש, פֿונעם ניט־ייִדישן אַנאַרכיסט רודאָלף ראָקער, און אַ ייִדישן „שיינהייט־פֿאַרמעסט‟. די גאַנצע קאָלעקציע האָט שלום קרישטאַלקע געהאַלטן בײַ זיך אין דער היים אין אַ ריזיקן קאַסטן אין זײַן קעלער, ווײַל אין די 1950ער יאָרן האָט די מאָנטרעאַלער פּאָליציי זייער אָפֿט אָנגעפֿירט מיט אָבלאַוועס קעגן פּריוואַטע היימען, וואָס האָבן געהאַט פּירסום־מאַטעריאַלן, פֿאַרבונדן מיט דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי. נאָך קרישטאַלקעס טויט אין 1977 האָט זײַן משפּחה איבערגעגעבן די מאַטעריאַלן דער „ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק‟.

מע קען זען מוסטערן פֿון דער קאָלעקציע אָט דאָ: http://www.jpl-presents.org/exhibits/show/krishtalka.