משיחישע חלומות און דער קלויזענבערגער רבי

Messianic Expectation and the Klausenburger Rebbe

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published January 08, 2016, issue of February 05, 2016.

דער קלויזענבערגער רבי, יקותיאל־יהודה האַלבערשטאַם
דער קלויזענבערגער רבי, יקותיאל־יהודה האַלבערשטאַם

דעם 6טן יאַנואַר האָט רבֿקה לאַמבערט־אַדלער, אַ ישׂראלדיקע רעבעצין, פֿאַרעפֿנטלעכט אַ סענסאַציאָנעלע נײַעס אויף דער וועבזײַט BreakingIsraelNews.com, דהײַנו: אַז משיח וועט כּלומרשט קומען, ווען סאַודיע וועט זיך צעקריגן מיט איראַן. הײַנט זענען די רעגירונגען פֿון די דאָזיקע צוויי לענדער ברוגז איינע אויף דער צווייטער. דעם 4טן יאַנואַר האָט סאַודיע איבערגעריסן אירע דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט איראַן. דערפֿאַר, זאָגט די מחברטע, שטייען מיר אויף דער שווער פֿון דער גאולה.

אין דער אמתן, האָבן פֿאַרשיידענע קאָנפֿליקטן צווישן פּערסיע און דעם אַראַבישן האַלב־אינדזל זיך אָנגעהויבן גלײַך נאָכן אויפֿקום פֿון איסלאַם, און זענען כּסדר אָנגעגאַנגען במשך פֿון הונדערטער יאָר. אַדרבה, דער הײַנטיקער סיכסוך זעט אויס רעלאַטיוו פֿרידלעך, אין פֿאַרגלײַך מיט פֿאַרשיידענע מיטל־עלטערלעכע מלחמות צווישן די פּערסן און אַראַבער.

ד״ר לאָמבערט־אַדלער וווינט אין מעלה־אַדומים, אַ ייִשובֿ אויפֿן מערבֿ־ברעג, דרום פֿון ירושלים. אינעם יאָר 2010 איז זי אַוועקגעפֿאָרן קיין ישׂראל פֿון באַלטימאָר, וווּ איר מאַן האָט געדינט ווי אַ רבֿ. הײַנט פֿאַרנעמט זי זיך אַקטיוו מיט משיחישע פֿאָרשונגען, אויפֿן סמך פֿונעם תּנ״ך און מדרשים. איר איצטיקע טעאָריע שטאַמט פֿונעם מדרש „ילקוט שמעוני‟ און ווערט געשילדערט ווי אַ „800־יאָריקע נבֿואה‟. אין דער אמתן, ווייסט מען נישט קלאָר, ווען די דאָזיקע באַקאַנטע זאַמלונג פֿון אוראַלטע מדרשים איז צונויפֿגעשטעלט געוואָרן. די טראַדיציאָנעלע ייִדן גלייבן, אַז אַ טייל פֿונעם מאַטעריאַל שטאַמט פֿון דער תּלמודישער תּקופֿה אָדער אַפֿילו פֿון משה רבינו אַליין.

אין לאַמבערט־אַדלערס נײַעס ווערט נישט געבראַכט די גענויע ציטאַט פֿון „ילקוט שמעוני‟. מסתּמא, פֿאַררופֿט זי זיך אויף אַ ידיעה, וואָס דרייט זיך שוין עטלעכע חדשים אַרום אויף די פֿרומע בלאָגן, אויפֿן סמך פֿון אַ פֿראַזע פֿונעם מדרש, לויט וועלכער אַ געוויסער רבי יצחק האָט פֿאָרויסגעזאָגט, אַז משיח וועט קומען, ווען אַלע פֿעלקער, אַרײַנגערעכנט דעם מלך פֿון אַראַביע און פֿון פּערסיע, וועלן זיך צעקריגן איינער מיטן צווייטן. אינעם הײַנטיקן איראַן איז אָבער נישטאָ קיין קיניג; ווי ס׳איז באַקאַנט, האָט מען נאָך דער איסלאַמישער רעוואָלוציע אַראָפּגעוואָרפֿן דעם שאַך.

די וועבזײַט, וווּ דער אַרטיקל איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן, איז פֿול מיט כּלערליי אויסטערלישע משיחישע פֿאָרויסזאָגונגען און רעכטע ציוניסטישע טעאָריעס. אַזוי צי אַזוי, איז אינטערעסאַנט, אַז לאַמבערט־אַדלער דערמאָנט דעם ערשטן קלויזענבערגער רבין, יקותיאל־יהודה האַלבערשטאַם, וועלכער האָט אַמאָל באַמערקט, אַז אין דער צוקונפֿט וועלן די ייִדן באַקומען חיזוק פֿונעם דערמאָנטן מדרש. ס׳איז טשיקאַווע, אַז אַזאַ פּערזענלעכקייט איז דערמאָנט געוואָרן ווי אַ „מיסטישער‟ קוואַל, וואָס באַשטעטיקט די אוראַלטע נבֿואה. דער קלויזענבערגער רבי איז געבוירן געוואָרן מיט איבער 100 יאָר צוריק אין רודניק, פּוילן. נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט ער זיך באַזעצט אין וויליאַמסבורג, דעם באַקאַנטן חסידישן ראַיאָן פֿון ברוקלין. דערנאָך איז ער אַוועקגעפֿאָרן קיין ארץ־ישׂראל און געוווינט דאָרטן ביז זײַן פּטירה אין 1994. אינעם יאָר 1958, זײַענדיק אַן אוראייניקל פֿונעם צאַנזער רבין, האָט ער געגרינדעט די פֿרומע געגנט „קרית־צאַנז‟ אין נתניה.

דער קלויזענבערגער רבי איז, אַוודאי, געווען באַקאַנט מיט דער הײַנטצײַטיקער פּאָליטיק און האָט געפּרוּווט, פּונקט אַזוי ווי די מחברטע פֿונעם דערמאָנטן אַרטיקל, אײַנצוטײַשטן די אַלטע מדרשים לויט דעם פּאָליטישן מצבֿ פֿון דער הײַנטיקער תּקופֿה. עס וואָלט געווען אינטערעסאַנט צו וויסן, ווי אַזוי ער וואָלט ער אויסגעדריקט אויף ייִדיש זײַן קאָמענטאַר אויפֿן מדרש וועגן איראַן און סאַודיע. פֿאַרן ייִדיש־רעדנדיקן עולם פֿאַרשאַפֿט אָבער דער ענגלישער משיחישער אַרטיקל אַ טשיקאַוון קאָגניטיוון דיסאָנאַנס, בפֿרט ווען דער אַרטיקל איז באַצירט מיט אַ בילד פֿונעם איראַנישן אַיאַטאָלע אַלי כאַמעניי.