אַ בוקעט פֿון דײַנע לידער

A Bouqet of Your Poems

בײַם צוטיילן דעם פּריז אין מרכּז־עינב, תּל־אָבֿיבֿ,  דעצעמבער 29, 2015
פֿון רעכטס: יהודית סולל (סאָלעל) מנכ”לית אינסטאַנץ, רבֿקה באַסמאַן בן־חיים. 
פֿון לינקס: ד”ר שׂרה זיו, יושבת ראש האינסטאַנץ
BELLA BRYKS-KLEIN
בײַם צוטיילן דעם פּריז אין מרכּז־עינב, תּל־אָבֿיבֿ, דעצעמבער 29, 2015 פֿון רעכטס: יהודית סולל (סאָלעל) מנכ”לית אינסטאַנץ, רבֿקה באַסמאַן בן־חיים. פֿון לינקס: ד”ר שׂרה זיו, יושבת ראש האינסטאַנץ

פֿון רבֿקה באַסמאַן בן־חיים

Published January 10, 2016.

דעם 6סטן יאַנואַר, אין די ראַמען פֿונעם „קולטור־קרײַז‟, וואָס טרעפֿט זיך אויף קאַלישער 48, תּל־אָבֿיבֿ, האָט יצחק לודען, דער סעקרעטאַר פֿון אַרבעטער־רינג און ישׂראל, און דער רעדאַקטאָר פֿון די „לעבנס־פֿראַגן‟, דערלאַנגט דער דיכטערין רבֿקה באַסמאַן בן־חיים אַ „בוקעט לידער‟ צו איר באַקומען דעם יערלעכן פּרײַז פֿאַרן יאָר 2015 פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.

יצחק לודען און רבֿקה באַסמאַן בן־חיים, אַרבעטער־רינג, תּל־אָבֿיבֿ
BELLA BRYKS-KLEIN
יצחק לודען און רבֿקה באַסמאַן בן־חיים, אַרבעטער־רינג, תּל־אָבֿיבֿ

צו נתן יונתן

בײַם באַקומען צוזאַמען דעם פֿיכמאַן־פּרײַז

אַ ליד פֿון גאָר אַמאָל

מיר האָבן בײדע געבענקט באַזונדער
געװאָלט אין אַ ליד אַלץ דערצײלן,
און בײדע געהײלט אין װערטער די װוּנדן
װאָס ניט געקענט זײ פֿאַרהײלן.

דו האָסט געשריבן דײַן װאָרט אין עבֿרית,
איך אין ייִדיש, װוּ ס’פֿעלט ניט קיין טרער,
װען אַיעדער פֿון אונדז אין אַ װעג נעמט מיט
װאָס אים איז טײַער און אויך װאָס איז שװער.

מיר האָבן בײדע זיך פֿרײַנדלעך באַגריסט
איך אין מײַן ייִדיש, דו — אין עבֿרית.

איך געדענק נאָך מײַן זאָגן:
אוי, עס פֿאַרדריסט
װי עס אָטעמט צעטיילט אונדזער ליד.


אַנטלײַען געפֿילן

איך גיי עפּעס טאָן װאָס ניט צו גלײבן,
אַנטלײַען בײַ די יאָרן פֿון װײַטן אַמאָל
געפֿילן, װאָס דאַרפֿן ניט פֿרעגן בײַ זיך
צי קען איך נאָך גײן אין יונג־יונגע שיך.

איך גיי עפּעס טאָן װאָס ניט צום גלײבן,
בײַ די יאָרן פֿון לאַנג שוין ניטאָ
אַנטלײַען די קענטשאַפֿט פֿון הײבן אַ באַרג,
די פֿרײד פֿון זײַן שטאַרק.

איך הער ניט קיין ענטפֿער פֿון יאָרן, אַ קול
און כ‘זוך ניט די שפּורן פֿון זײער געשװײַג,
װי קען דער אַמאָליקער יונגער אַמאָל
מיר לײַען אַ באַרג מיט אַ טרעריקן טאָל?

30.08.2015



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.