„דער זון פֿון שאול‟ געווינט „גאָלדענעם גלאָבוס‟־פּריז

"Son of Saul" Wins Golden Globe Award

דער רעזשיסאָר לאַזלאָ נעמעס (אין מיטן), און דער הויפּט־אַקטיאָר, געזאַ ראָריג (צווייטער פֿון לינקס), נאָך דעם ווי „דער זון פֿון שאול‟ האָט געוווּנען דעם „גאָלדענעם גלאָבוס‟ פֿאַרן בעסטן פֿילם אין אַ פֿרעמדער שפּראַך; זונטיק, דעם 10טן יאַנואַר, אין בעווערלי־הילס, קאַליפֿאָרניע
Getty Images
דער רעזשיסאָר לאַזלאָ נעמעס (אין מיטן), און דער הויפּט־אַקטיאָר, געזאַ ראָריג (צווייטער פֿון לינקס), נאָך דעם ווי „דער זון פֿון שאול‟ האָט געוווּנען דעם „גאָלדענעם גלאָבוס‟ פֿאַרן בעסטן פֿילם אין אַ פֿרעמדער שפּראַך; זונטיק, דעם 10טן יאַנואַר, אין בעווערלי־הילס, קאַליפֿאָרניע

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published January 12, 2016, issue of February 05, 2016.

בײַם אָננעמען דעם „גאָלדענעם גלאָבוס‟ פֿאַרן בעסטן פֿילם אין אַן אויסלענדישער שפּראַך זונטיק, האָט דער רעזשיסאָר לאַזלאָ נעמעס דערקלערט פֿאַרן עולם: „במשך פֿון די יאָרן איז דער חורבן געוואָרן אַן אַבסטראַקטע זאַך. בײַ מיר איז עס אָבער גלײַך ווי אַ פּנים, וואָס מע טאָר נישט פֿאַרגעסן.‟ נעמעס און זײַן הויפּט־אַקטיאָר, געזאַ ראָריג, זענען ביידע פֿון אונגערן, אַ לאַנד וואָס האָט נאָך קיין מאָל נישט געוווּנען קיין „גאָלדענעם גלאָבוס‟־פּריז.

אינעם דראַמאַטישן פֿילם וועגן דער זאָנדערקאָמאַנדאָ אין אוישוויץ־בירקענאַו, הערט מען שמועסן אויף אונגעריש, דײַטש, פּויליש און ייִדיש. מענדי כּהן, דער גרינדער פֿונעם קלוב „יונג ייִדיש‟ אין ירושלים, איז פֿאַראַיאָרן ספּעציעל געבראַכט געוואָרן קיין בודאַפּעשט — דאָס אָרט, וווּ מע האָט געמאַכט דעם פֿילם — כּדי צו לערנען מיט די אַקטיאָרן ווי אַזוי ריכטיק אַרויסצורעדן די ייִדישע רעפּליקן.

די זאָנדערקאָמאַנדאָ זענען געווען די ייִדישע מענער, וואָס די נאַציס האָבן געצוווּנגען צו באַגלייטן די ייִדן אין גאַזקאַמער און פֿאַרברענען זייערע קערפּערס אין קרעמאַטאָריע. דער פֿילם דערציילט ווי איינער פֿון דער זאָנדערקאָמאַנדאָ, שאול (געזאַ ראָריג), געפֿינט אַ מת, וואָס דאַכט זיך אים, איז זײַן זון, און נישט געקוקט אויף דעם וואָס ער איז אַ סעקולערער ייִד, נעמט ער זיך אונטער צו געפֿינען אַ רבֿ און מקבר זײַן דאָס קינד כּדין וכּדת. זינט מע האָט געוויזן דעם פילם אויפֿן „קאַן קינאָ־פֿעסטיוואַל‟ דעם פֿאַרגאַנגענעם מײַ, וווּ ער האָט געוווּנען דעם צווייט־העכסטן פּריז, דער „גראַן פּרי‟, האָב אַ צאָל אָנגעזעענע רעצענזענטן־אָרגאַניזאַציעס, אַרײַנגערעכנט גרופּעס אין ניו־יאָרק, שיקאַגע, לאָס־אַנדזעלעס און סאַן־פֿראַנציסקאָ, באַצייכנט „דער זון פֿון שאול‟ ווי דער בעסטער פֿילם אין אַן אויסלענדישער שפּראַך פֿון יאָר 2015.

הגם אָבסערוואַטאָרן זאָגן, אַז אַ פֿילם, וואָס געווינט אַ „גאָלדענעם גלאָבוס‟ האָט בעסערע שאַנסן צו געווינען דעם פּרעסטיזשפֿולן „אָסקאַר‟־פּריז, איז עס נישט קיין גאַראַנטיע. פֿאַראַיאָרן האָט דער פֿילם „לויתן‟ געוווּנעם אַ „גאָלדענעם גלאָבוס‟ ווי דער בעסטער פֿילם אין אַ פֿרעמדער שפּראַך, אָבער דעם „אָסקאַר‟ אין דער קאַטעגאָריע האָט געוווּנען דער פּוילישער חורבן־פֿילם „אידאַ‟.

די „אָסקאַר‟־צערעמאָניע וועט פֿאָרקומען דעם 28סטן פֿעברואַר, אין לאָס־אַנדזשעלעס.