אַ נײַע קריטישע אויסגאַבע פֿון „באָווע־בוך‟

New Critical Edition of Bove-Bukh

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published January 12, 2016, issue of February 05, 2016.

אין נאָוועמבער, האָט דער באַקאַנטער בריטישער אַקאַדעמישער פֿאַרלאַג „בריל‟ אַרויסגעגעבן אַ נײַע קריטישע אויסגאַבע פֿון אליהו בחורס באַרימטן אַלט־ייִדישן ריטערישן ראָמאַן „באָווע־בוך‟, באַגלייט מיט אַ קאָמענטאַר פֿון ד״ר קלאַודיאַ ראָזענצווײַג — אַ לעקטאָרין פֿונעם בר־אילן־אוניווערסיטעט, וועלכע ספּעציאַליזירט זיך אין דער מיטל־עלטערלעכער ליטעראַטור.

אין דער נײַער אויסגאַבע ווערן פּרטימדיק באַשריבן פֿאַרשיידענע וואַריאַנטן פֿונעם טעקסט, אַרײַנגערעכנט די אָפּגעהיטע כּתבֿ־ידן און געדרוקטע ביכער. די אַמאָליקע פֿאַרלעגער האָבן צומאָל געביטן אליהו בחורס אָריגינעלע פֿערזן אָדער צוגעגעבן אייגענע עלעמענטן צו דעם ראָמאַן. ראָזענצווײַג גיט אויך איבער אַ סך אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם מחברס ביאָגראַפֿיע און וועגן דעם בכּבֿודיקן אָרט, וואָס „באָווע־בוך‟ פֿאַרנעמט אין דער אייראָפּעיִשער ליטעראַטור בכלל און בפֿרט אין דער ייִדישער ליטעראַרישער טראַדיציע פֿון איטאַליע, וווּ אליהו בחור האָט אַרויסגעגעבן זײַן ראָמאַן אין 1507.

דער אָריגינעלער אַלט־ייִדישער טעקסט ווערט באַגלייט אין דער נײַער אַקאַדעמישער אויסגאַבע מיט אינטערעסאַנטע לינגוויסטישע און היסטאָרישע באַמערקונגען. דער אָריגינאַל ווערט נישט איבערגעזעצט אויף ענגליש, דערפֿאַר קאָן דאָס בוך קומען צו נוץ די גוטע קענער פֿון ייִדיש, בפֿרט די ספּעציאַליסטן, וואָס קאָנען פֿאַרשטיין דעם אַלטן מערבֿדיקן דיאַלעקט און אליהו בחורס אויסלייג. למשל, „מיט זיינר קראפֿט די שטארק אז אייזן‟ איז דער טײַטש אויף דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער שפּראַך פֿון מיזרח־אייראָפּע „מיט זײַן קראַפֿט, וואָס איז שטאַרק ווי אײַזן‟. אַן ענגלישע איבערזעצונג פֿון „באָווע־בוך‟ האָט דזשערי סמיט אַרויסגעגעבן אין 2003. משה חפֿץ האָט אינעם יאָר 1962 איבערגעזעצט דעם גאַנצן ראָמאַן אויף דער מאָדערנער ייִדישער כּלל־שפּראַך; דער אַרגענטינער ייִדישער קולטור־קאָנגרעס האָט עס פֿאַרעפֿנטלעכט אין בוענאָס־אײַרעס ווי אַ טייל פֿון דער באַקאַנטער סעריע „מײַסטער־ווערק פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור‟. חפֿצס איבערזעצונג קאָן מען אַראָפּלאָדן פֿון דער אינטערנעץ אָדער באַשטעלן אַ פּאַפּיר־קאָפּיע אויף דער וועבזײַט פֿון דער ייִדישער ביכער־צענטראַלע אין אַמהערסט.

הגם „באָווע־בוך‟ איז באַגרינדעט אויפֿן אַנגלאָ־נאָרמאַנדישן ראָמאַן וועגן „סער בעוויס פֿון האַמפּטאָן‟, איז עס בעצם אַן אָריגינעל ווערק, באַאַרבעט לויט דער איטאַליענישער פּאָעטישער טראַדיציע און אויפֿן סמך פֿון אַנדערע אַלט־ייִדישע עפּישע ביכער. אַנדערע אייגנאַרטיקע ווערסיעס פֿונעם דאָזיקן ראָמאַן, וועלכער איז געווען זייער פּאָפּולער אין דער מיטל־עלטערלעכער תּקופֿה, האָבן זיך בערך אין דער זעלבער צײַט באַוויזן אויף רוסיש, אירלענדיש, איסלענדיש און אַ צאָל אַנדערע שפּראַכן. אין זײַן וואַריאַנט, האָט אליהו בחור אויף אַ טשיקאַוון שפּילעוודיקן אופֿן באַזײַטיקן די קריסטלעכע עלעמענטן און פֿאַרוואַנדלט די העלדן פֿון אַ טיפּישער ריטערישער מעשׂה אין כּמו-ייִדן.