פֿאַרוואָס מיינט מען, אַז ייִדיש איז אַ קאָמישע שפּראַך?

Why Do Some People Find Yiddish Funny?

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published January 12, 2016, issue of February 05, 2016.

אַ קאַדער פֿונעם ווידעאָ־עפּיזאָד, וווּ אַן אומגראַמאַטישע ענגלישע פֿראַזע ווערט אַסאָציִיִרט מיט ייִדיש
אַ קאַדער פֿונעם ווידעאָ־עפּיזאָד, וווּ אַן אומגראַמאַטישע ענגלישע פֿראַזע ווערט אַסאָציִיִרט מיט ייִדיש

נישט לאַנג צוריק האָט זיך אין דער אינטערנעץ באַוויזן אַ ווידעאָ־עפּיזאָד וועגן דער נײַער ווערסיע פֿונעם בראָדוויי־מוזיקל „פֿידלער אויפֿן דאַך‟, וווּ מע פֿרעגט צופֿעליקע אַמעריקאַנער, וואָס מיינט אַ „שמאַטע‟, „פֿאַרקאַקטע‟ (פֿאַרקריפּלט, אָן אַ „ריש‟), „שטופּ‟, „שפּילקעס‟. אַנשטאָט דעם נייטראַלן באַדײַט פֿון די דאָזיקע ווערטער, דערקלערט די שאַפֿער פֿונעם עפּידאָז, אַז דער ווערב „שטופּן‟ מיינט אויף ייִדיש אַ סעקסועלע באַציִונג, און „שפּילקעס‟ — נערוועזקייט. עס שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז ייִדיש איז אַ קאָמישע שפּראַך, וואָס באַשטייט פֿון גראָבע אויסדרוקן און סלענג־ווערטלעך.

אין שײַכות מיטן דאָזיקן ווידעאָ־פֿראַגמענט, איז אויף דער וועבזײַט „אין געוועב‟ דערשינען אַן אַרטיקל פֿון דיאַנאַ קלאַרק און שאול־נועם זאַריט, צוויי אַקאַדעמישע פֿאָרשער פֿון ייִדיש און רעדאַקטאָרן פֿון דער דאָזיקער באַקאַנטער וועבזײַט, וואָס טענהן, אַז צו אָפֿט ווערט אונדזער שפּראַך באַטראַכט אין אַמעריקע ווי אַ מין קאָמיש הענטשקע־לשון. אין פֿאַרגלײַך מיט די עכטע שׂונאים, האָבן געוויסע מענטשן ליב ייִדיש און באַטראַכטן עס נישט ווי אַ „דײַטשישן זשאַרגאָן‟, אָבער גלייבן נישט, אַז ס׳איז אַן ערנסטע שפּראַך מיט אַ רײַכער ליטעראַטור.

צוליב דער גרויסער צאָל ייִדן צווישן די אָבֿות פֿון דער האָליוווּדער קינעמאַטאָגראַפֿיע, זענען אַ גאַנצע ריי ייִדישע ווערטער און אויסדרוקן אײַנגעבירגערט געוואָרן אינעם גערעדטן אַמעריקאַנער ענגליש, צומאָל באַוואַקסן מיט צווייפֿלהאַפֿטיקע קאָנאָטאַציעס. לעצטנס איז אין דער פּרעסע אויסגעבראָכן אַ סקאַנדאַל אַרום דאָנאַלד טראָמפּ, וועלכער האָט זיך באַנוצט מיטן וואָרט „שלאָנג‟ לגבי הילאַרי קלינטאָן. ס׳זעט אויס, אַז דאָס דאָזיקע וואָרט שטאַמט פֿונעם גאַנץ נייטראַלן אומשולדיקן ייִדישן וואָרט „שלאַנג‟. אינעם אַמעריקאַנער ענגליש איז עס אָבער געוואָרן אַ גראָבער סינאָנים פֿונעם מענערלעכן אבֿר.

די מחברים פֿונעם אַרטיקל אויף דער וועבזײַט „אין געוועב‟ טענהן גאַנץ ריכטיק, אַז ייִדיש האָט, אין דער אמתן, געדינט מיט גרויס דערפֿאָלג פֿאַר כּלערליי צוועקן — פֿון מיסטישע חסידישע ספֿרים ביז אַנאַרכאָ־קאָמוניסטישע אַגיטאַציע־בלעטלעך. ס׳איז אַ בושה צו אַסאָציִיִרן אַ רײַכע, פֿולווערטיקע און אַנטוויקלטע שפּראַך בלויז מיט אַזאַ וואָקאַבולאַר, ווי „תּחת‟, „אַלטער קאַקער‟ און דער מיסטעריעזער „שלאָנג‟, וועלכער איז בכלל נישט בנימצא אינעם נאָרמאַטיוון ייִדיש־לשון.

קלאַרק און זאַריט דערמאָנען אַן אינטערעסאַנטן אַנומלטיקן אַרטיקל פֿונעם קאַנאַדישן שרײַבער און זשורנאַליסט מײַקל הינגסטאָן, וועלכער באַמערקט, אַז צווישן די ענגליש־רעדער איז פֿאַרשפּרייט אַ טענדענץ צו באַטראַכטן פֿרעמד־שפּראַכיקע ווערטער ווי „טשיקאַווע‟. אויב אַ וואָרט אַנטהאַלט אַ „כף‟ צי אַ „צדיק‟, קלינגט עס פֿאַר אַ מענטש, וואָס קען בלויז ענגליש, ווי אַ קאָמישע אויסטערלישע קאָמבינאַציע פֿון קלאַנגען. ווי באַלד ייִדיש, אַזוי ווי ענגליש, איז אַ גערמאַנישע שפּראַך, קלינגען געוויסע ווערטער נאָך טשיקאַווער מצד דעם שטאַנדפּונקט פֿון אַן ענגליש־רעדער. שלום־עליכמס „טבֿיה דער מילכיקער‟ קלינגט גענוג פֿאַרשטענדלעך, ווײַל אויף ענגליש הייסט מילך „מילק‟, אָבער פֿאָרט אויסטערליש פֿאַר אַ מענטש, וואָס קאָן נישט אַרויסרעדן דעם „כף‟.

געוויסע אַמעריקאַנער קאָמיקער נוצן אויס די דאָזיקע טענדענץ און פֿאַרוואַנדלען פֿרעמד־קלינגענדיקע ייִדישע ווערטער אין אַ קוואַל פֿון חוזק און געלעכטער. פֿונדעסטוועגן, איז מערקווירדיק, אַז דווקא אין אַמעריקע איז ייִדיש אָנגענומען געוואָרן ווי איינס פֿון די באַקאַנטע לשונות. אַפֿילו די פּאָליטיקער פֿונעם „ווײַסן הויז‟ דערמאָנען „חוצפּה‟ און „שאַנדע‟, הגם דאָס צווייטע וואָרט פֿאַרווערן אַ טייל ייִדישיסטן ווי אַן איבעריקן דײַטשמעריזם.

אַזוי צי אַזוי, איז כּדאַי זיך צו פֿאַרטראַכטן, צי דער פּאָפּולערער אַמעריקאַנער צוגאַנג צו ייִדיש ווי אַ קוואַל פֿון קאָמישע ווערטלעך טאַקע אַזוי שלעכט. נישט געקוקט אויפֿן עם־הארצישן און סקאַנדאַליעזן טעם, האָט טראַמפּ מיט זײַן „שלאָנג‟ און די אַקטיאָרן, וואָס שפּילן אויף ענגליש דעם „פֿילדער אויפֿו דאַך‟, סוף־כּל־סוף, טאַקע צוגעצויגן אַן אויפֿמערק פֿונעם ברייטן עולם צו אונדזער שפּראַך.