מגן־דוד אױפֿן װעגקרײץ

Star of David at the Intersection

Yehuda Blum

פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published January 13, 2016, issue of February 05, 2016.

די ייִדישע לאָגיק איז אַ פּאַראַדאָקסאַלע זאַך. מיט אַ יאָר צוריק בין איך אין אײנעם פֿון מײַנע אַרטיקלען װעגן דעם „מזל צו האָבן גוטע שכנים‟, געקומען צו אַן אױספֿיר, אַז די קעץ פֿאַרמאָגן אין זיך אַ גענעטישע קרובֿהשאַפֿט צו מאַטעמאַטיק, װײַל זײ פֿרעסן און מערן זיך לױט דער געאָמעטרישער פּראָגרעסיע; און איך, אַ נאַיִװער מענטש, האָב געטראַכט, אַז אױב מע װעט זײ אױפֿהערן צו האָדעװען, װעלן זײ אױפֿהערן זיך צו מערן, און אַ גוטע פּאָר יאָר האָב איך געבעטן אונדזער באַרעמהאַרציקע שכנה די קעצעריניע, זי זאָל כאָטש אױפֿהערן צו האָדעװען די קעץ אונטער מײַן פֿענצטער, װײַל זײ לאָזן מיך ניט לעבן. אַ קרענק… כ׳האָב געהאַט אַ טעות. די קעצעריניע איז שױן ניטאָ אױף דער װעלט, און די קעץ מערן זיך אין דער זעלבער געאָמעטרישער פּראָגרעסיע. איצט קום איך צו אַ צװײטער מסקנא, אַז דאָס איז אַ גענעטישע נטיה, װעלכע האָט גורם געװען דער ישׂראלדיקער קלימאַט, װײַל די סימפּטאָמען פֿון כּלערלײ משוגעתן קען מען זען אין ישׂראל ניט נאָר בײַ די קעץ און קעצעריניעס, נאָר אױך בײַ די, להבֿדיל, מענטשן, װעלכע האָבן דאָ אָפּגעלעבט כאָטש אַ פּאָר טעג.

יאָרן לאַנג האָב איך אַ טבֿע צו לערנען און לײענען בײַם אָפֿענעם פֿענצטער. און פֿאַר װאָס ניט? דער לאַנדשאַפֿט איז אַ שײנער, דער הימל איז נאָענט און די פֿרישע פֿעלדלופֿט קריג איך ממש בחצי־חינם. אמת, די קעץ דערגײען מיר די יאָרן, אָבער נישקשה, פֿון צײַט צו צײַט מאַכן זײ אַן איבעררײַס אין זײערע הילכיקע געאָמעטריע־לימודים. אָבער… כ׳װײס שױן ניט װאָס צו טאָן; דער דאָזיקער „אָבער‟ טשעפּעט זיך שטענדיק צו מיר צו אין סאַמע אומגעריכטע מאָמענטן, איבער הױפּט דאַן, װען איך נײטיק זיך אין אַ גײַסטיקער התבודדות. אָט הערט אַ מעשׂה.

די קעצעריניע האָט זיך, פֿאַר קײנעם געדאַכט, צעשײדט מיט אונדז און איצט האָדעװעט זי די קעצלעך אין גן־עדן. אָבער װי ס׳האָט ליב זיך צו װערטלען דער רױמישער פּױפּסט, אַ הײליק אָרט בלײַבט קײן מאָל ניט לײדיק. און דער טײַטש דערױף איז, אַז מיר האָבן באַקומען אַ נײַעם שכן. און דער נײַער שכן, נעבעך, איז ניט מיט אַלעמען און ניט בלויז גוט פֿאַרטשאַדעט, נאָר פֿון אַלע שכנים האָט ער אױסגעקליבן דװקא מיך פֿאַר זײַן רבֿ. געװאַלד געשריִען! גאַנץ קאַיאָר שטעל איך זיך בײַם פֿענצטער אַ קוק טאָן אױף דער לבֿנה אָדער צו לערנען עפּעס פֿון דער ייִדישער חכמה, און — האָצעם־קלאָצעם — אַדון רבֿ, אַ גוט מאָרגן! װאָס רעדט ער װײַטער װײס איך ניט, װײַל כ’האָב נאָך ניט באַװיזן זיך אױסצולערנען פּערסיש. ער רעדט, און ער שיט מיט די װערטער; ער פֿאָכעט מיט די הענט װי אַ גוטע װינטמיל. גאָט מײַנער, מיט װאָס האָב איך זיך אַזױ פֿאַרזינדיקט?… װאָס בעט איך שױן פֿון דיר?… אַ ביסל שטילקײט און אַ בלעטל חכמה. אױך דאָס קענסטו מיר ניט געבן?… יעדע צװײ מינוט — „אַדון רבֿ, טשאָק טשאָקאָ טשאָק טשאָקאָ טשאָק טשאָקאָ…‟

כ׳האָב ניט געהאַט קײן ברירה און בין אַוועק אין אַ צװײטן צימער צו אַן אַנדערן פֿענצטער. הע, װײס איך װאָס… דער לאַנדשאַפֿט איז ממש אַ נעבעכדיקער, אַן אורבאַניסטישער. קײן קעץ דװקא איז פֿון דער זײַט הױז ניטאָ, װײַל אױך די קעץ האָבן פֿײַנט און מורא פֿאַר די משוגענע אױטאָס… מילא, אױף יעדן פֿאַל, אַן אױטאָ איז ניט ערגער פֿונעם „פֿאַרטשאַדעטן אַחשװרוש‟. כ׳האָב פֿאַרשטעקט די אױערן מיט װאַטע און אַ פּאָר טעג געהאַט הנאה פֿון לערנען און לײענען בײַם פֿענצטער. אָבער װוּ האָב איך דען מזל?… מיט אַ פּאָר װאָכן צוריק, קורץ פֿאַר די ניטל־חגאות, שטײ איך בײַם פֿענצטער און לײען אַ שײן ספֿרל פֿון אַ גרױסן חכם ר׳ הלל צײטלין, זאָל זיך מיִען. ס׳איז האַלב פֿינעף אינדערפֿרי — אַ מחיה, אַזאַ שײנער פֿרימאָרגן, אַזעלכע קלוגע און רײנע מחשבֿות, און… צװײ אױסגעבליאַקעװעטע שאָטנס אונטער מײַן פֿענצטער, אַן ער און אַ זי…