אומגעריכטע נײַעס וועגן געריכט־קאַמף אין בלומינגבורג, נ״י

Unexpected Development in Court Battle in Bloomingburg, NY

איינער פֿון די נײַע אײַנוווינער פֿון בלומינגבורג, חיים פֿרידמאַן, וועלכער האָט זיך הײַיאָר איבערגעצויגן פֿון וויליאַמסבורג מיט זײַן פֿרוי און צוויי קינדער
Uriel Heilman
איינער פֿון די נײַע אײַנוווינער פֿון בלומינגבורג, חיים פֿרידמאַן, וועלכער האָט זיך הײַיאָר איבערגעצויגן פֿון וויליאַמסבורג מיט זײַן פֿרוי און צוויי קינדער

פֿון ייִט״אַ

Published January 13, 2016, issue of February 05, 2016.

דער ניו־יאָרקער וואַלראַט אין סאָליוואַן־קאַונטי האָט צוריקגעצויגן זײַן קאַמף צו דיסקוואַליפֿיצירן די שטימען פֿון געוויסע חסידישע אײַנוווינער אינעם דאָרף בלומינגבורג.

דער וואַלראַט האָט פֿאַראַיאָרן בלאָקירט די שטימען פֿון 27 חסידים, טענהנדיק, אַז זיי זענען נישט באמת אײַנוווינער פֿון בלומינגבורג.

מער ווי צוויי טוץ חסידים האָבן אָנגעקלאָגט דעם וואַלראַט אין שטאַטישן געריכט, און אויך אין פֿעדעראַלן געריכט, טענהנדיק, אַז דאָס איז אַ ראַיה פֿון רעליגיעזער דיסקרימינאַציע.

דעם 8טן יאַנואַר האָבן ביידע צדדים — דער וואַלראַט און די חסידישע אָנקלאָגער — געסיליקט דעם שטאַטישן אָנקלאָג מחוץ דעם געריכט. דער ראַט האָט אויך מסכּים געווען אַרײַנצונעמען די נעמען פֿון די 27 חסידים אין דער רשימה וויילער פֿונעם קאַונטי.

„מיר זענען צופֿרידן, אַז ערבֿ אונדזער דערשײַנען פֿאַרן געריכט, האָט סאָליוואַן־קאַונטי באַשטעטיקט, אַז זײַן וואַלראַט האָט אומגעזעצלעך אַנולירט די שטימען פֿון צענדליקער חסידישע וויילער אין בלומינגבורג,‟ האָט דער ייִדישער קהילה־ראַט פֿון בלומינגבורג דערקלערט פֿאַר דער ייִט״אַ.

צוועלף חסידישע משפּחות וווינען הײַנט אין די „היקאָרי‟־דירות, איינער פֿון אַ צאָל בנינים, וואָס שלום לאַם האָט אָפּגעקויפֿט. אויפֿן בילד: אַ גרופּע חסידישע פֿרויען פֿון די „היקאָרי‟־דירות זיצן אין דרויסן און שמועסן
Uriel Heilman
צוועלף חסידישע משפּחות וווינען הײַנט אין די „היקאָרי‟־דירות, איינער פֿון אַ צאָל בנינים, וואָס שלום לאַם האָט אָפּגעקויפֿט. אויפֿן בילד: אַ גרופּע חסידישע פֿרויען פֿון די „היקאָרי‟־דירות זיצן אין דרויסן און שמועסן

דער פֿעדעראַלער דיסקרימינאַציע־אָנקלאָג מצד די חסידים בלײַבט ווײַטער גילטיק.

אַ צאָל אָרטיקע נישט־חסידישע אײַנוווינער באַשולדיקן דעם מאָדערן־אָרטאָדאָקסישן בוי־אונטערנעמער שלום לאַם — דער זון פֿון הרבֿ נאָרמאַן לאַם, דער פּרעזידענט פֿון ישיבֿה־אוניווערסיטעט פֿון 1976 ביז 2003 — און זײַן אינוועסטיר־שותּף, קענעט נאַקדימאַן, אין האָבן אָפּגענאַרט בלומינגבורג, דורכן צוזאָגן דעם ראַט, אַז זיי האָבן בלויז בדעה צו בויען אַ באַשיידענעם דירות־הויז פֿאַר פּענסיאָנערן און וואַקאַציע־לײַט, און אַ גאָלף־פֿעלד. בלומינגבורג האָט דעמאָלט געהאַט בלויז 420 אײַנוווינער; קיינער פֿון זיי — פֿרומע ייִדן.

ווי עס זעט אָבער אויס, וועט לאַמס בוי־פּראָיעקט ברענגען בערך 2,000 חסידים קיין בלומינגבורג ווי שטענדיקע אײַנוווינער.

די סאַטמאַרער קהילה האָט אין דער ייִדישער פּרעסע שוין אַליין באַצייכנט לאַמס בוי־אונטערנעמונג ווי אַ נײַ סאַטמער שטעטל.