צי ווערט ייִדיש פּאָפּולער אויף דער טעלעוויזיע?

Is Yiddish Gaining Popularity On TV?

אַ סצענע פֿונעם סעריאַל „שטיסל‟, וווּ אינמיטן אַ העברעיִשן שמועס הייבן אָן די אַקטריסעס רעדן אויף ייִדיש.
אַ סצענע פֿונעם סעריאַל „שטיסל‟, וווּ אינמיטן אַ העברעיִשן שמועס הייבן אָן די אַקטריסעס רעדן אויף ייִדיש.

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published January 15, 2016, issue of February 05, 2016.

נישט לאַנג צוריק, האָט די פּרעסע איבערגעגעבן וועגן צוויי פֿאַרשיידענע טעלעוויזיע־פּראָגראַמען, וווּ מע האָט לעצטנס געוויזן ייִדן, וואָס רעדן צווישן זיך אויף ייִדיש. איין אַזאַ סצענע איז געוויזן געוואָרן אינעם אַמעריקאַנער קאָמעדיע־סעריאַל „אַ משוגענע געוועזענע געליבטע‟, געשאַפֿן דורך רחל בלום און אַלון בראָש־מאַק׳קענאַ. די ייִט״אַ האָט וועגן דעם דערציילט דעם 5טן יאַנואַר. מיט אַ וואָך שפּעטער, דעם 13טן יאַנואַר, האָט די צײַטונג „טײַמס פֿון ישׂראל‟ באַמערקט דעם ייִדישן עלעמענט אינעם פּאָפּולערן ישׂראלדיקן דראַמאַטישן סעריאַל „שטיסל‟, וווּ עס ווערט דערציילט וועגן אַן אויסגעטראַכטער חסידישער משפּחה אין ירושלים.

אינעם פֿילם וועגן „אַ משוגענער געוועזענער געליבטע‟ גייט די רייד אויך וועגן אַ ייִדיש פּאָרפֿאָלק, אָבער אויף גאָר אַן אַנדער אופֿן. רבֿקה באָנטש, אַן עלנטע פֿרוי, האָפֿט צו געווינען צוריק דאָס האַרץ פֿון זײַן געוועזענעם געליבטן; שפּעטער פֿאַרקניפּט זי אַ ראָמאַן מיט זײַנעם אַ נאָענטן חבֿר. דער סעריאַל איז פֿול מיט קאָמישע דיאַלאָגן פֿאַר דערוואַקסענע, מיט טשיקאַווע שפּאַסן און רמזים אויף סעקסועלע טעמעס. די ערשטע סעריע איז אַרויס אין אָקטאָבער. רחל בלום, די רעזשיסאָרין, סצענאַריסטקע און די הויפּט־אַקטריסע, האָט געוווּנען פֿאַר איר קאָמישן סעריאַל זייער אַ חשובֿן פּריז — אַ „גאָלדענעם גלאָבוס‟.

די ישׂראלדיקע משפּחה־דראַמע „שטיסל‟ פֿון אַלון זינגמאַן איז ווייניק באַקאַנט אין אַמעריקע. דער ערשטער עפּידאָז איז אַרויס אין 2013. ס׳איז מערקווירדיק, אַז דעם דאָזיקן סעריאַל, להיפּוך צו דער „משוגענער געוועזענער געליבטער‟, איז געווידמעט געוואָרן אַ קליינער אַרטיקל אין דער ייִדישער „וויקיפּעדיע‟. די פֿרומע פּערסאָנאַזשן זעען אויס גענוג אויטענטיש און ציִען צו דעם חסידישן עולם.

וואָס שייך ייִדיש, איז די ידיעה היפּש איבערגעטריבן. הגם אין ביידע סעריאַלן הערט מען יאָ פֿון צײַט צו צײַט פֿאַרשיידענע ווערטלעך און גאַנצע פֿראַזעס אויף ייִדיש, איז קיין סענסאַציע אין דעם נישטאָ. דעם 13טן יאַנואַר האָט אַ נאָטיץ וועגן ביידע קינאָ־שאַפֿונגען זיך באַוויזן אויפֿן באַקאַנטן בלאָג Elder of Ziyon. דער דאָזיקער בלאָג איז באַקאַנט ווי אַ קוואַל פֿון רעכטע פּראָ־ישׂראלדיקע אַרטיקלען. דער מחבר אָדער מחברטע בלײַבט אַנאָנים; עס שאַפֿט זיך אָבער אַן אײַנדרוק, אַז ער האָט אַ שײַכות צו דער פֿרומער וועלט. אינעם נאָמען פֿונעם בלאָג שטעקט, פֿאַרשטייט זיך, אַ חוזק־איראָניע פֿון די באַרימטע אַנטיסעמיטישע „פּראָטאָקאָלן פֿון זקני־ציון‟. נישט געקוקט אויפֿן אַנאָנימער כאַראַקטער, ווערן די אַרטיקלען פֿון דער דאָזיקער וועבזײַט אָפֿט ציטירט און איבערגעדרוקט אין דער ברייטער אַמעריקאַנער פּרעסע און טעלעוויזיע, בפֿרט אויף די פּאָליטישער רעכטע קאַנאַלן.

אַזוי צי אַזוי, שליסט זיך די אינטערנעץ־נאָטיץ מיט דער פֿראַזע, אַז „ייִדיש איז דער נײַער שוואַרצער אַקצענט‟. אַמאָל איז אויף דער אַמעריקאַנער טעלעוויזיע געווען באַזונדערס פּאָפּולער אַ פֿאַלשער אָדער אמתער דיאַלעקט פֿון די אַפֿראָ־אַמעריקאַנער. הײַנט, מיינט דער אַנאָנימער מחבר פֿונעם בלאָג, הייבט ייִדיש אָן צו פֿאַרנעמען די פּאָזיציע פֿונעם „עקזאָטישן‟ עלעמענט אינעם פּאָפּולערן קינעמאַטאָגראַף. אַזאַ השערה קאָן זײַן אויך איבערגעטריבן, ווײַל דערווײַל זעען מיר אויף דער טעלעוויזיע בלויז אַ קנאַפּע צאָל ייִדישע ווערטער און פֿראַזעס.

ס׳איז כּדאַי דאָ צו דערמאָנען די טיפּישע קאָמענטאַרן אויפֿן בלאָג. איין קאָמענטאַטאָר האָט באַמערקט, ווי אַ גרויסן חידוש, אַז ייִדיש איז נישט טויט, „כאָטש אַ סך מענטשן מיינען אַזוי‟, ווײַל אין מאָנטרעאָל זעט מען ייִדיש־רעדנדיקע חסידישע קינדער. אַן אַנדער חכם האָט נישט פֿאַרגעסן אַרײַנצושטעקן זײַן מיינונג, אַז ייִדיש איז אַ גלות־לשון, וואָס טויג בלויז פֿאַר די, וואָס האָבן אין מיזרח־אייראָפּע „געקושט דעם פּריצס תּחת‟. די דיסקוסיע האָט זיך געשלאָסן מיטן אויספֿיר, אַז הגם מע מעג „אַפֿילו אַ ביסל ליבן האָבן ייִדיש‟, מוזן ייִדן רעדן אויף העברעיִש. מע קאָן זיך פֿאָרשטעלן, וואָס פֿאַר אַ שטורעם פֿון גרימצאָרן וואָלטן אַזעלכע קאָמענטאַטאָרן געמאַכט, ווען אויף דער טעלעוויזיע — הלוואַי — וואָלט מען אָנגעהויבן שפּילן פֿילמען מיט אַן אמתן ממשותדיקן עלעמענט פֿון ייִדיש.