אַ ייִדיש־קורס הייבט זיך אָן אין „גראַטץ‟

Yiddish Course Starting at Gratz

רבֿקה גראַטץ, איינע פֿון די גרינדערס פֿונעם „גראַטץ־קאָלעדזש‟ (רעכט), און ריטאַ ראַטסאָן
רבֿקה גראַטץ, איינע פֿון די גרינדערס פֿונעם „גראַטץ־קאָלעדזש‟ (רעכט), און ריטאַ ראַטסאָן

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published January 15, 2016, issue of February 05, 2016.

אָנהייבנדיק פֿונעם 9טן פֿעברואַר, וועט זיך עפֿענען דער הײַיאָריקער 10־וואָכיקער ייִדיש־קורס אינעם „גראַטץ־קאָלעדזש‟, וואָס געפֿינט זיך אין דער שטאָט מעלראָוז־פּאַרק, שטאַט פּענסילוואַניע. דער קורס וועט זיך פֿאַרענדיקן אין אַפּריל און אַרומנעמען די סטודענטן מיט פֿאַרשיידענע מדרגות פֿון ייִדיש־קענטענישן, פֿון אָנהייבער ביז פֿליסיקע שפּראַך־קענער. די תּלמידים וועלן זיך אויך באַקענען מיט דער ייִדישער ליטעראַטור און מוזיק.

די דירעקטאָרין פֿון ייִדיש־שטודיעס, ריטאַ ראַטסאָן, איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ משפּחה פֿון שארית־הפּליטה; ייִדיש איז פֿאַר איר דאָס עכטע מאַמע־לשון. זי איז איינע פֿון די אָפֿיציעלע איבערזעצער בײַ דער „ייִדישער ביכער־צענטראַלע‟ אין אַמהערסט. בײַם „גראַטץ־קאָלעדזש‟ קאָאָרדינירט זי די ייִדיש־שטודיעס שוין במשך פֿון איבער 25 יאָר.

דער קאָלעדזש איז דער עלטסטער אומאָפּהענגיקער ייִדישער בילדונג־אַנשטאַלט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, געגרינדעט אין 1895. די שטאָט מעלראָוז, וווּ עס שטייט דער דאָזיקער אַקאַדעמישער צענטער, געפֿינט זיך נישט ווײַט פֿון פֿילאַדעלפֿיע. נאָך פֿריִער, אינעם יאָר 1856, האָט דער ייִדישער באַנקיר און פֿילאַנטראָפּ הײַמען גראַטץ געשאַפֿן אַ ספּעציעלן פֿאָנד, כּדי צו עפֿענען אַ בילדונג־צענטער פֿאַר העברעיִשע לערער.

אויף דער וועבזײַט פֿונעם „גראַטץ־קאָלעדזש‟ ליגט אַן אַרטיקל פֿון ריטאַ ראַטסאָן, וווּ עס ווערט דערציילט, פֿאַרוואָס און ווי אַזוי זי האָט זיך פֿאַראינטערעסירט מיט ייִדיש־טעטיקייט. אַחוץ דעם, וואָס אירע קינדער־יאָרן אין פּוילן ווערן בײַ איר טיף פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער שפּראַך און קולטור פֿון מיזרח־אייראָפּע, געדענקט זי די ווערטער פֿון טאַטן, אַז פּונקט אַזוי ווי היטלער האָט נישט געקאָנט געווינען די צווייטע וועלט־מלחמה, וועט ייִדיש נישט שטאַרבן. אַחוץ פֿאַרשיידענע אַנדערע לערן־מאַטעריאַלן, האָט זי דערקלערט, אַז זי וועט באַקענען אירע תּלמידים מיט די אַרטיקלען פֿון אונדזער צײַטונג. אַחוץ פֿאָרמעלע ייִדיש־שטודיעס, אָרגאַניזירט זי אינעם קאָלעדזש קאָנצערטן פֿון כּלי־זמרישער מוזיק און פּרעזענטאַציעס פֿון אַלטע קלאַסישע פֿילמען אויף ייִדיש. צוויי מאָל אַ יאָר, פֿירט זי אויך אָן מיט די פּאָפּולערע באַזוכן פֿונעם ניו־יאָרקער ייִדישן טעאַטער „פֿאָלקסבינע‟.