אַ צעשטערטע לאָטעריע־מיצווה

A Ruined Lottery Mitzvah

Google Earth/Wikimedia

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published January 17, 2016, issue of February 05, 2016.

ייִדן, פֿרומע און פֿרײַע, אַזוי ווי ס׳רובֿ אַמעריקאַנער, זענען לעצטנס פֿאַרכאַפּט געוואָרן מיט דער „פּאַוער־באַל‟־לאָטעריע, מחמת דאָס גרויסע געווינס איז געשטיגן אַזש העכער 1.5 ביליאָן דאָלאַר.

שלמה רײַכניץ, אַ פֿרומער ייִד, וואָס איז איינער פֿון די גרעסטע מושבֿ־זקנים־מאַגנאַטן אין דרום־קאַליפֿאָרניע, האָט באַשלאָסן צו קויפֿן לאָטעריע־בילעטן פֿאַר זײַנע אָנגעשטעלטע און די אַלטע־לײַט, וואָס וווינען אין זײַנע אַנשטאַלטן. בסך־הכּל, האָט ער געקויפֿט און צוטיילט מער ווי 15,000 בילעטן.

נאָך דעם, וואָס ער האָט געהערט, אַז איינע פֿון די קראַנקן־שוועסטער, וואָס אַרבעט אין זײַן מושבֿ־זקנים אין פּאָמאָנאַ האָט געוווּנען דאָס גרויסע געווינס, האָט ער מיטגעטיילט די פֿריילעכע ידיעה אַלע זײַנע אָנגעשטעלטע, אײַנוווינער און פֿרײַנד. ס׳איז אין גיכן געוואָרן אַ סענסאַציע אויף דער טעלעוויזע. ווי עס טרעפֿט זיך, אָבער, האָט די קראַנקן־שוועסטער ניט געוווּנען די לאָטעריע, נאָר זי איז געווען דער קרבן פֿון אַ בייזן שפּאַס, וואָס עס האָט מיט איר געמאַכט איר אייגענעם זון.

דרײַ מענטשן האָבן שבת־צו־נאַכטס געוווּנען דעם גרויסן געווינס. נאָך דעם, וואָס מע האָט אַנאָנסירט, אַז איינע פֿון די מזלדיקע בילעטן האָט מען פֿאַרקויפֿט ניט ווײַט פֿון זייער שטעטל, האָט דער זון פֿון דער קראַנקן־שוועסטער איר געשיקט אַ בליץ־בריוו, וואָס האָט איבערגעגעבן די גליקלעכע ידיעה, אַז דער בילעט געהערט טאַקע צו איר. דער נאַרישער זון האָט אַפֿילו אַרײַנגעלייגט אַ בילד פֿונעם בילעט מיט אַלע ריכטיקע נומערן, נאָר עס ווײַזט זיך אַרויס, אַז ער האָט געפֿעלשט דאָס בילד דורך דער קאָמפּיוטער־פּראָגראַם „פֿאָטאָשאָפּ‟.

נאָך דעם, וואָס מע האָט געלאָזט וויסן די אָנגעשטעלטע וועגן דעם נאַרישן שפּאַס איז מען, פֿאַרשטייט זיך, ברוגז געווען מיטן זון. מע האָט אָבער ווײַטער געלויבט רײַכניצן פֿאַרן קויפֿן די בילעטן פֿאַר זײַנע אָנגעשטעלטע. רײַכניץ איז בכלל אַ באַקאַנטער בעל־נדבֿה. ער האָט אַמאָל געגעבן געלט אָפּצוצאָלן די חובֿות פֿון אַ חב״ד־הויז, און האָט געגעבן אַ מיליאָן דאָלאַר, כּדי צו העלפֿן די געליטענע פֿונעם הוראַגאַן „סענדי‟. ער איז, אָבער, מערסטנס באַקאַנט דעם ברייטערן עולם צוליב דעם, וואָס ער האָט אַמאָל געגעבן הונדערטער אַמעריקאַנער סאָלדאַטן אין אַן אירלענדער לופֿטפֿעלד געלט, כּדי זיי זאָלן קענען עסן אַ שיינע וועטשערע. דער אינצידענט איז געוואָרן גאַנץ ברייט באַשריבן אין דער אַמעריקאַנער פּרעסע.

כאָטש יענע קראַנקן־שוועסטער האָט ניט געוווּנען דאָס גרויסע געווינס, איז דאָ יאָ פֿאַראַן איין פֿריילעכע בשׂורה, וואָס שייך די לאָטעריע און פֿרומע ייִדן. מע האָט באַריכטעט, אַז עמעצער האָט געקויפֿט אַ בילעט אין דער חסידישער אָפּטייק Remedies (רפֿואות), וואָס איז ווערט 50,000$ דאָלאַר. מע ווייסט נאָך ניט ווער עס האָט געקויפֿט דעם גליקלעכן בילעט אין וויליאַמסבורג, אָבער ס׳איז כּמעט זיכער געווען אַן אָרטיקער חסידישער ייִד.