ידיעות פֿון מעלבורן

News from Melbourne

פֿון שׂרה זילבערמאַן

Published January 19, 2016, issue of February 05, 2016.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

קהילה דערמאָנט קרבנות פֿון פֿאַראַיאָריקן פּאַריזער אַטאַק

די אױסטראַלישע ייִדן האָבן דערמאָנט די זעקס ייִדן און צען נישט־ייִדן, װעלכע זײַנען אומגעקומען אין פּאַריז פֿאַראַיאָרן יאַנואַר װי אַ רעזולטאַט פֿון די טעראָריסטישע אָנפֿאַלן.

דער פּרעזידענט פֿונעם עקזעקוטיװ־ראַט פֿון אױסטראַלישן ייִדנטום האָט באַצײכנט די דאַטע װי „אַ צײַט זיך אָפּצושטעלן און צו באַטראַכטן זיך“. דער עקזעקוטיװ־דירעקטאָר פֿונעם „אױסטראַליע־ישׂראל און ייִדישע ענינים־ראַט‟ האָט גערעדט װעגן דער דאַטע װי וועגן אַ צײַט, װען מע דאַרף „באַטראַכטן די אַנדערע טעראָריסטישע אָנפֿאַלן, װעלכע זײַנען פֿאָרגעקומען אין פֿאַרלױף פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר“.

דער פֿאָרזיצער פֿון דער „בני־ברית‟, אַנטי־דעפֿאַמאַציע־קאָמיסיע האָט באַטאָנט, אַז „מיר שטײען פֿאַראײניקט אין אָנדענק פֿון די אומגעקומענע און שענקען זײערע משפּחות און פֿרײַנד אונדזערע געדאַנקען און כּוח, האָפֿנדיק, אַז זײ װעלן געפֿינען טרײסט אין אונדזער אײניקײט און פֿון אונדזער באַשלוס אָפּצושאַפֿן דאָס שלעכטס פֿון עקסטרעמיזם, װאָס שטעלט אונדזער לעבנס־שטײגער אין סכּנה“. ער האָט אױך דערמאָנט דעם מוסולמענישן אָנגעשטעלטן, װאָס האָט געראַטעװעט דאָס לעבן פֿון זיבן ייִדן אין דעם „היפּער קאַשער‟־סופּערמאַרק.

6 ייִדישע טעניס־שפּילערס אױפֿן אױסטראַלישן טעניס־פֿאַרמעסט

זעקס ייִדישע טעניס־שפּילערס פֿון ישׂראל, אַמעריקע און איטאַליע גרײטן זיך צו שפּילן אינעם אױסטראַלישן אָפֿענעם טעניס־פֿאַרמעסט אין מעלבורן. קאַמילע דזשיאָרדזשי איז פֿון איטאַליע; סקאָט ליפּסקי איז אַן אַמעריקאַנער, װאָס ספּעציאַליזירט זיך אינעם שפּילן אין פּאָרן. דזשוליאַ קלאַסקאָ פֿון ישׂראל איז געבױרן געװאָרן אין אוקראַיִנע; דודי סלה איז ישׂראלס בעסטער טעניס־שפּילער; שהר פּיר, אױך פֿון ישׂראל, װערט פֿאַררעכנט װי איינע פֿון די בעסטע טעניס־שפּילערינס אין דער װעלט; און אַמיר װײַנטרױב קומט אױך פֿון ישׂראל. אַלע קוקן אַרױס אױף די פֿאַרמעסטן און אױף מעלבורנס ייִדישע ספּאָרט־אונטערשטיצער.