ס׳רובֿ פֿראַנצויזן — פֿאַר יאַרמלקעס

French Oppose Call for Jews to Remove Kippah

אַ דעמאָנסטראַציע לטובֿת יאַרמלקעס אין מאַרסיי, דעם 19טן יאַנואַר
Getty Images
אַ דעמאָנסטראַציע לטובֿת יאַרמלקעס אין מאַרסיי, דעם 19טן יאַנואַר

פֿון ייִט״אַ

Published January 20, 2016, issue of February 05, 2016.

לויט אַן אַנומלטיקן באַפֿעלקערונג־אויספֿרעג, האַלטן 70 פּראָצענט פֿראַנצויזישע בירגער, אַז ייִדן זאָלן נישט אויסטאָן די יאַרמלקען בפֿרהסיא צוליב זיכערהייט־סיבות, כּדי זיך נישט נאָכצוגעבן צו די טעראָריסטן.

דער אויספֿרעג איז דורכגעפֿינט געוואָרן דעם 14טן און 15טן יאַנואַר, דורכן וועכטנלעכן נײַעס־זשורנאַל „פּאַרי־מאַטש‟ (Paris Match). די רעזולטאַטן זענען פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן דעם פֿאַרגאַנגענעם פֿרײַטיק.

נישט לאַנג צוריק, האָט איינער פֿון די ייִדישע קהילה־פֿירער אין מאַרסיי גערופֿן די אָרטיקע ייִדן אויסצובאַהאַלטן זייער רעליגיעזע אָנגעהעריקייט און זיך נישט באַווײַזן מיט אַ יאַרמלקע אין דרויסן, ווײַל דעם 11טן יאַנואַר האָט אַ ייִדישער מאַן געליטן אין דער דאָזיקער דרומדיקער פּאָרט־שטאָט פֿון אַ מעסער־שטאָך. זינט אָקטאָבער, איז אַזאַ אָנפֿאַל שוין אויסגעבראָכן אין מאַרסיי צום דריטן מאָל.

די דיסקוסיע האָט זיך נישט לאַנג צוריק אָנגעהויבן, ווען צבֿי אַמאַר, דער פּרעזינדעט פֿון דער מאַרסייער קאָנסיסטאָריע — די קהילה־אינסטאַנץ, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט די ייִדישע רעליגיעזע ענינים — געבעטן די מענער אין זײַן קהילה אויסצובאַהאַלטן זייערע טראַדיציאָנעלע קאָפּ־צודעקענישן. להיפּוך, דער פֿראַנצויזישער הויפּט־רבֿ, חיים קאָרסיאַ, האָט גערופֿן די ייִדן דווקא צו טראָגן ווײַטער די יאַרמלקעס, כּדי די טעראָריסטן זאָלן נישט מיינען, אַז מיט זייערע אַטאַקן קאָנען זיי צווינגען די ייִדן זיך נאָכצוגעבן. די אַנדערע קהילה־פֿירער אין מאַרסיי האָבן אַרויסגעוויזן אַ סאָלידאַריטעט מיט קאָרסיאַ.

36 פּראָצענט פֿון די 1,011 דערוואַקסענע באַטייליקטע אינעם אויספֿרעג האָבן געעפֿנטערט, אַז זיי זענען „אַבסאָלוט מסכּים‟ מיט קאָרסיאַ. נאָך 34 פּראָצענט האָבן באַטאָנט מיט אַ ווייניק־קאַטעגאָרישן טאָן, אַז „בעצם זענען זיי מסכּים‟. פֿון דער צווייטער זײַט, האָבן 10 פּראָצענט אויסגעפֿרעגטע אַרויסגעזאָגט זיך „אינגאַנצן קעגן‟ די יאַרמלקעס, און נאָך 19 פּראָצענט — אַז בדרך־כּלל מיינען זיי, אַז ס׳איז בעסער זיי נישט צו טראָגן בפֿרהסיא.

דער לינק־געשטימטער עולם שטיצט די יאַרמלקעס אַ ביסל שטאַרקער, ווי די רעכטע. 66 שטיצער פֿונעם עקסטרעם־רעכטן „נאַציאָנאַלן פֿראָנט‟ זענען מסכּים מיטן הויפּט־רבֿ, אין פֿאַרגלײַך מיט די 76 פּראָצענט צווישן די לינק־געשטימטע.