2 געשעענישן אָפּגעמערקט אויפֿן ניו־יאָרקער קינאָ־פֿעסטיוואַל

2 Anniversaries Noted at the NY Jewish Film Festival

פֿון עדי מהלאל

Published January 21, 2016, issue of February 05, 2016.

דער יערלעכער ניו־יאָרקער ייִדישער קינאָ־פֿעסטיוואַל (NYJFF), וואָס מערקט אָפּ זײַן 25סטן יוביליי, לייגט הײַיאָר פֿאָר אַ שלל פֿילם־אונטערנעמונגען און פּרעמיערעס. דער פֿעסטיוואַל האָט זיך אָנגעהויבן דעם 13טן יאַנואַר און וועט אָנגיין ביזן 26טן יאַנואַר. אין גאַנג פֿון דער צוויי־וואָכעדיקער אונטערנעמונג, איז מיר שוין אויסגעקומען צו זען צוויי פֿילמען.

העטער מאַטאַראַצאָ אין דער ראָלע פֿון דאָן ווינערס פֿילם „ברוך־הבאָ צו דעם ליאַלקע־הויז‟, 1995
העטער מאַטאַראַצאָ אין דער ראָלע פֿון דאָן ווינערס פֿילם „ברוך־הבאָ צו דעם ליאַלקע־הויז‟, 1995

דעם ערשטן אָוונט האָט מען געווידמעט דער ייִדישער אַמעריקאַנער פֿילם־פּערזענלעכקייט טאָד סאָלאָנדז. מע האָט אָפּגעמערקט 20 יאָר פֿון זײַן פֿילם „ברוך־הבאָ צו דעם ליאַלקע־הויז‟ (Welcome to the Dollhouse) מיט אַ ספּעציעלער ווײַזונג פֿונעם פֿילם, אַ שמועס מיט סאָלאָנדז דערנאָך, און אַ ווײַזונג פֿון אַ פֿילם, וואָס סאָלאָנדז אַליין האָט אויסגעקליבן. „ברוך־הבאָ צו דעם ליאַלקע־הויז‟ האָט אין יאָר 1995 געמאַכט אַ שם פֿאַר סאָלאָנדז, ווי איינער פֿון די פֿרישסטע קולות אויף דעם אַמעריקאַנער אומאָפּהענגיקן קינאָ־עקראַן. דער פֿילם האָט אַנטפּלעקט די שוועריקייטן פֿון אַ יונג מיידל, פֿון אַ יאָר 11, דאָן ווינער, פֿון אַ ייִדישער־אַמעריקאַנער משפּחה אין ניו־דזשערזי.

דער רעזשיסאָר און סצענאַריסט טאָד סאָלאָנדז
דער רעזשיסאָר און סצענאַריסט טאָד סאָלאָנדז

דאָן ווינער איז נישט געווען קיין טיפּישע פּאָזיטיווע העלדין; שוין גיכער, אַן אומפּאָפּולערע געשטאַלט. זי האָט זיך קעגנגעשטעלט די געזעלשאַפֿטלעכע פּראָבלעמען און צו איר אַרומיקער סבֿיבֿה, וואָס האָט שטענדיק געמאַכט חוזק פֿון איר, און גיט איר דעם צונאָמען „ווינער־הונט‟ (Wiener-Dog). איר משפּחה פֿאַרשטייט זי לגמרי נישט און דיסקרימינירט זי אַנטקעגן איר ייִנגערער שוועסטער. מיט אָט די עלעמענטן, ווי אויך אַ היפּש ביסל ראָמאַנטישע פּלאָנטערס, האָט סאָלאָנדז געשאַפֿן אַ שאַרפֿע קאָמעדיע, רײַך מיט דעם סאָרט סאַרקאַסטישן הומאָר, וואָס וועט כאַראַקטעריזירן זײַנע ווײַטערדיקע שאַפֿונגען.

אויף יענעם אָוונט האָט סאָלאָנדז גערעדט וועגן זײַן הומאָר און פֿון וואָס לאַכט ער אַליין. ער שטרעבט צו שאַפֿן עפּעס, וואָס וועט אים און דעם עולם „האַלטן פֿאַר די ביצים‟ און „אַטאַקירן‟. ער האָט דערמאָנט „דאָס וואָרט ’אויטענטיש‘, איידער ס׳איז געוואָרן באַנאַל‟; דאָס הייסט, אַז די העלדן וועלן זיך אויפֿפֿירן ווי ס׳איז בעסער פֿאַר זיי, און נישט ווי עמעצער וואָלט עס געוואָלט, לויט דער מאָראַל וכדומה. דערצו הייסט עס נישט מורא צו האָבן פֿאַר קאָנטראָווערסיעס, אַרײַנגערעכנט חורבן־הומאָר און סעקסועלן הומאָר.