ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published January 20, 2016, issue of February 05, 2016.

די ידיעות פֿון מאָסקווע, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

אונטערנעמונגען לזכר די חורבן־קרבנות

אין מאָסקווע קומען פֿאָר עטלעכע אונטערנעמונגען ערבֿ דעם טאָג פֿון געדענקען די חורבן־קרבנות. דעם 21סטן יאַנואַר וועט די מאָסקווער סטודענטישע אָרגאַניזאַציע „הלל‟ דורכפֿירן אַן אָוונט, געווידמעט דער געשיכטע פֿון ייִׅדישן טעאַטער אין די יאָרן פֿון חורבן. די פּראָגראַם שליסט אײַן 2 רעפֿעראַטן. די באַקאַנטע פֿאָרשערין פֿונעם חורבן, יעלענאַ מאַקאַראָוואַ, דערציילט וועגן דער קולטור־געשיכטע פֿונעם לאַגער טערעזין, וווּ עס איז געווען אַ רײַך קולטור־לעבן, און וואָס איז שוין גוט אויסגעפֿאָרשט: עס האָבן געאַרבעט שולן, קלובן, קרײַזן, טעאַטערס, אָרקעסטערס; מען האָט אַרויסגעגעבן צײַטשריפֿטן און ביכער און אַפֿילו געמאַכט צוויי פֿילמען. דעם צווייטן רעפֿעראַט האַלט לוטשאַנאַ קיסעליאָוואַ, אַן אַקטיוויסטקע פֿון ייִדישער קולטורעלער טעטיקייט אין מאָסקווע, און אַ טעאַטער־פֿאָרשערין. זי גיט אַן איבערבליק פֿון טעאַטראַלע אויפֿטוען אין פֿאַרשיידענע געטאָס און לאַגערן בעת דעם חורבן.

דער פּויפּסט רופֿט די קריסטן צו באַקעמפֿן אַנטיסעמיטיזם

דער הויפּט־רבֿ פֿון מאָסקווע ר׳ פּנחס גאָלדשמיט און דער פּרעזידענט פֿון דער מאָסקווער ליטוואַקישער ייִדישער קהילה, גריגאָרי רויטבערג, זענען געפֿאָרן קייט רוים, וווּ עס האָט זיך די אייראָפּעיִשע רבנישע אַסאָציאַציע געטראָפֿן מיטן פּויפּסט פֿראַנציסק. זונטיק דעם 17טן יאַנואַר איז דער פּויפּסט געקומען מיט אַ וויזיט אין דער רוימער שיל און האָט געהאַלטן אַ רעדע וועגן דעם דיאַלאָג און מיטאַרבעט צווישן די צוויי קאָנפֿעסיעס. ער האָט גערופֿן די קריסטן צו באַקעמפֿן דעם אַנטיסעמיטיזם.

אַ קלאַסישער קאָנצערט אין דער גרויסער מאָסקווער כאָר־שיל

אין דער גרויסער מאָסקווער כאָר־שיל איז פֿאָרגעקומען אַ קאָנצערט פֿון אייראָפּעיִשער קלאַסישער מוזיק, וואָס איז גאָר אומגעוויינטלעך פֿאַר רוסלענדישע שילן. דער אַנסאַמבל „קלאַסיקאַ‟ האָט אויסגעפֿילט דאָס ווערק „ווינטער‟ פֿון אַנטאָניאָ וויוואַלדיס ציקל „די יאָר־סעזאָנען‟.