סימפּאָזיום פֿאַר ייִדיש־שטודיעס אין דײַטשלאַנד

Symposium for Yiddish Studies in Germany

ד״ר שמעון נײַבערג און פּראָפֿ׳ מאַריאָן אַפּטראָט
ד״ר שמעון נײַבערג און פּראָפֿ׳ מאַריאָן אַפּטראָט

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published January 22, 2016, issue of February 19, 2016.

צום 19סטן יאָר נאָכאַנאַנד וועט מען אין דײַטשלאַנד דורכפֿירן אַ סימפּאָזיום פֿאַר ייִדיש־שטודיעס. די פּראָגראַם, וואָס וועט פֿאָרקומען בײַם „אוניווערסיטעט אויפֿן נאָמען פֿון הײַנריך הײַנע‟ אין דיסעלדאָרף, ווערט אײַנגעאָרדט דורך דער אָרטיקער ייִדיש־פּראָגראַם, בראָש מיט דער ייִדיש־פּראָפֿעסאָרשע מאַריאָן אַפּטראָט און דער ייִדיש־פּראָגראַם בײַם „טריִער אוניווערסיטעט‟, בראָש מיט ד״ר שמעון נײַבערג.

דער סימפּאָזיום וועט אַרײַננעמען רעפֿעראַטן אויף אַלע פֿאָרש־טעמעס, וואָס זענען פֿאַרבונדן מיט ייִדיש־שטודיעס, ווי אויך אינטערדיציפּלינאַרע רעפֿעראַטן, וואָס האָבן אַ שײַכות צו ייִדיש. די אָרגאַניזאָטאָרן בעטן, אַז די וואָס ווילן האַלטן אַ רעפֿעראַט אויפֿן סימפּאָזיום זאָלן אַרײַנשיקן אַ קיצור פֿון דער רעדע (ביז 20 מינוט) ביזן ערשטן אַפּריל. די רעפֿעראַטן קענען געהאַלטן ווערן אָדער אויף ייִדיש, אָדער אויף דײַטש. די וואָס ווילן אָרגאַניזירן סעסיעס מיט דרײַ אָדער פֿיר רעפֿעראַטן, וואָס ווערן געהאַלטן צוזאַמען, זאָלן אַרײַנשיקן אַלע קיצורים פֿון די רעדעס צוזאַמען.

דער סימפּאָזיום וועט פֿאָרקומען פֿונעם 12טן ביזן 14טן סעפּטעמבער. נאָך אינפֿאָרמאַציע: jiddisch@hhu.de.