ייִדיש, צי קלינגאָן, צי באָב מאַרלי?

Yiddish, Klingon or Bob Marley?


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published January 22, 2016, issue of February 19, 2016.

ס׳איז אַ סוד אויף גאַנץ בראָד, כאָטש צווישן די לייענער פֿון „פֿאָרווערטס‟, אַז די ייִדישיסטן האָבן ניט ליב, ווען מענטשן וואָס קענען ניט קיין ייִדיש, מאַכן ליסטעס אָדער אויספֿרעגן וועגן כּלומרשטע ייִדישע ווערטער אָדער אויסדרוקן. די סיבה איז ניט, חלילה, ווײַל די ייִדישיסטן ווילן זײַן די איינציקע אויף דער וועלט צו וויסן די געשמאַקע ייִדישע ווערטער, נאָר ווײַל יענע אויספֿרעגן זענען געוויינטלעך פֿול מיט טעותן און ווערטער, וואָס זענען אַפֿילו ניט קיין ייִדישע. אַזאַ מין אויספֿרעג אויף „באָזפֿיד‟ מיטן נאָמען „וויפֿל ייִדיש קענסטו‟, האָט לעצטנס געשאַפֿן אַ קאָנטראָווערסיע צוליב דעם, וואָס אַ העלפֿט פֿון די ווערטער זענען ניט געווען קיין ייִדישע, נאָר עפּעס אַ פֿאַרגרײַזטער ייִנגליש אָדער איריש און דײַטש.

עס געשעט, אָבער, אַ מאָל, אַז עמעצער זאָל מאַכן זייער אַ געלונגענעם קאָמישן אויספֿרעג וועגן ייִדיש, וואָס איז קאָרעקט מכּוח די פֿראַזן, און וואָס מאַכט ניט חוזק פֿון מאַמע־לשון. לעצטנס, האָט אַ קאָנקורס־פּראָגראַם אויף דער אַמעריקאַנער מלוכישער ראַדיאָ־נעץ NPR געמאַכט אַ גאָר טשיקאַוון אויספֿרעג, אין וועלכן מע האָט געפֿרעגט די צוויי שפּילער, צי אַ געוויסע פֿראַזע איז אַן עכט ייִדיש שפּיכוואָרט, אַ „שפּריכוואָרט‟ פֿון דער „סטאַר־טרעק‟־שפּראַך „קלינגאָן‟, אָדער גאָר אַ שורה, וואָס עס האָט אָנגעשריבן דער „רעגיי‟־שטערן באָב מאַרלי.

געוויסע פֿון די שפּריכווערטער זענען געווען גאַנץ גרינג. איין שפּילער האָט גלײַך געוווּסט, אַז „אַז אַ וואָרעם זיצט אין כריין, מיינט ער, אַז עס איז קיין זיסערס ניטאָ‟ — מוז דאָך זײַן אַ ייִדישער אידיאָם, ווײַל ווען האָבן די „קלינגאָנס‟ אַ מאָל געגעסן כריין?

אַנדערע זענען געווען שווערער: נאָכן דערהערן די פֿראַזע „אַז מע וויל ניט עלטער ווערן, זאָל מען זיך בעסער אויפֿהענגען יונגערהייט‟, האָט איינער פֿון די שפּילער געטראָפֿן, אַז דאָס האָט אָנגעשריבן באָב מאַרלי. די דאָזיקע „חכמה‟ איז אָבער דווקא געקומען פֿונעם ייִדישן פֿאָלקלאָר. נאָך אַ ייִדיש שפּריכוואָרט, וואָס מע האָט געמיינט איז געווען פֿון באָב מאַרליס אַ ליד: „מע קען מיט אַ לעפֿל דעם ים ניט אויסשעפּן‟. ווי עס טרעפֿט זיך, אָבער, איז דער קאָנקורס ניט געווען קיין גלײַכער. איינער פֿון די שפּילער האָט טאַקע געקענט רעדן „קלינגאָן‟!

די גאַנצע שפּיל קען מען הערן דאָ: http://www.npr.org/2016/01/14/462956553/yiddish-proverb-klingon-proverb-or-bob-marley-lyric.