די נאַצי־געטאָ פֿונעם זשורנאַליסטישן קוקווינקל

Journalist's Perspective of Ghetto Life

ייִדישע קינדער אין דער לאָדזשער געטאָ, 1940
ייִדישע קינדער אין דער לאָדזשער געטאָ, 1940

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published January 22, 2016, issue of February 19, 2016.

ענדרו קאָש, איינער פֿון די רעדאַקטאָרן פֿונעם ייִדישן זשורנאַל „מאָזאַיִק‟, האָט דערציילט דעם 20סטן יאַנואַר וועגן דעם נײַעם בוך פֿון פּרץ אָפּאָטשינסקי און יוסף זעלקאָוויטש, מיטן נאָמען „אין די קאָשמאַרישע טעג: דער רעפּאָרטאַזש פֿון דער געטאָ‟. די מחברים, וואָס האָבן אַמאָל געאַרבעט ווי זשורנאַליסטן און געשריבן אַרטיקלען אויף ייִדיש אין פּוילן פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה, זענען פֿאַרשפּאַרט געוואָרן אין דער לאָדזשער און וואַרשעווער געטאָ. אַ טייל פֿון זייערע רעפּאָרטאַזשן זענען אָפּגעהיט געוואָרן און איצט זענען זיי אַרויס אויף ענגליש, איבערגעזעצט פֿון דוד סוטשאָף און באַגלייט מיט אַ שיינער הקדמה פֿון שמואל קאַסאָוו.

קאָש, אַ היסטאָריקער, וועלכער האָט נישט לאַנג צוריק פֿאַרענדיקט זײַן „פּאָסטדאָק‟ און שרײַבט איצט אַ בוך וועגן דעם מצבֿ פֿון די ייִדן אין ווילנע בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה, דערמאָנט די לייענער פֿונעם זשורנאַל, אַז ווען היטלער האָט פֿאַרכאַפּט פּוילן אין 1939, האָט ער נאָך נישט פּלאַנירט אומצוברענגען די ייִדישע קהילה אין זײַן טייל פֿונעם לאַנד, וועלכע האָט דעמאָלט באַטראָפֿן בערך 2 מיליאָן נפֿשות. זייער גיך איז אָבער דער מצבֿ געוואָרן אַלץ ערגער און ערגעט; צום יאָר 1941 זענען כּמעט אַלע פּוילישע ייִדן פֿאַרשפּאַרט געוואָרן אין די געטאָס, אָדער געמוזט זיך אַקטיוו און פֿאָרזיכטיק אויסבאַהאַלטן.

ס׳רובֿ פּוילישע געטאָס האָבן זיך געפֿונען אין רעלאַטיוו גרויסע שטעט. אין דער לאָדזשער געטאָ האָט מען געבראַכט די ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿונעם גאַנצן אַרומיקן ראַיאָן. די נאַצי־ווערסיע פֿון דער געטאָ האָט ווייניק געהאַט צו טאָן מיט די אַמאָליקע ייִדישע קוואַרטאַלן אין מערבֿ־אייראָפּע, וווּ די טויערן האָט מען פֿאַרמאַכט בלויז בײַנאַכט. די דײַטשן האָבן קיינעם נישט אַרויסגעלאָזט. אין 1941, ווען היטלער האָט באַשלאָסן „צו לייזן‟ די ייִדישע פּראָבלעם אויפֿן ענדגילטיקן אופֿן, זענען די געטאָס געוואָרן צײַטווײַליקע פֿאַרשפּאַרונג־צענטערס, וווּ מע האָט געהאַלטן די ייִדישע תּושבֿים ביז דער דעפּאָרטאַציע אין טויט־לאַגערן. להיפּוך צום פֿאַרשפּרייטן סטערעאָטיפּ, האָבן די אַסירים אין אַ סך שטעט געפּרוּווט צו אָרגאַניזירן אַן אויפֿשטאַנד און זיך ראַטעווען.

פּרץ אָפּאָטשינסקי האָט געשריבן זײַנע רעפּאָרטאַזשן פֿאַר דער שעפֿערישער גרופּע „עונג־שבת‟, וועלכע האָט געשטרעבט צו שאַפֿן דעם ערשטן אַרכיוו אין דער וואַרשעווער געטאָ. אַרבעטנדיק ווי אַ בריוונטרעגער פֿאַרן „יודענראַט‟, האָט ער געקאָנט שמועסן מיט אַ סך ייִדן, נישט אַרויסרופֿנדיקן קיין חשד.

אין דער לאָדזשער געטאָ האָט פֿונקציאָנירט אַן אייגענער אַרכיוו, אין וועלכן זעלקאָוויטש האָט געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע. אַזוי ווי אָפּאָטשינסקי, האָט ער זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר אַ מיטאַרבעטער פֿונעם אָרטיקן „יודענראַט‟. זײַענדיק געניטע זשורנאַליסטן, האָבן זיי איבערגעגעבן די שרעקלעכע אַטמאָספֿער, וועלכע האָט געהערשט אין די נאַצי־פֿאַרשפּאַרטע געגנטן.

אין פֿאַרגלײַך מיט די וועלט־באַקאַנטע חורבן־זכרונות פֿון אַנאַ פֿראַנק, פּרימאָ לוי אָדער עליע וויזעל, שאַפֿן אָפּאָטשינסקי און זעלקאָוויטש גאָר אַן אַנדער אײַנדרוק. די פֿאַרשפּאַרטע ייִדן האָבן ווײַטער געפּרוּווט צו פֿירן דאָס קהילה־לעבן; די שולן האָבן פֿונקציאָנירט מיט זייערע רבנים; די משפּחות האָבן געוווינט נאָך אַלץ צוזאַמען. נישט געקוקט אויף דער קאָשמאַרער אַטמאָספֿער, האָבן די אָרעמע פּשוטע תּושבֿים ווײַטער געלעבט ווי ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר.

געוויסע פּרטים בלײַבן אינעם נײַעם בוך נישט קלאָר. ס׳קאָן זײַן, אַז אין דער לאָדזשער געטאָ האָבן די ייִדן נישט געוווּסט, אַז די נאַציס קלײַבן זיך זיי אַלע צו פֿאַרטיליקן אין די גאַז־קאַמערן. דאָרטן איז געווען שווער צו באַקומען פֿאַרלאָזלעכע אינפֿאָרמאַציע וועגן דער אַרומיקער וועלט. אין דער וואַרשעווער געטאָ האָט מען יאָ געוווּסט, דערפֿאַר זענען די ייִדן אויפֿגעשטאַנען קעגן די נאַצי־מערדער.

אַוודאי, קאָן מען אין איין בוך נישט דערציילן אַלץ וועגן דעם ייִדישן לעבן אין דער געטאָ. פֿונדעסטוועגן, ווי דירעקטע רעפּאָרטאַזשן פֿון די געשעענישן, וואָס די עדות האָבן געזען מיט די אייגענע אויגן אויף אַ פּראָפֿעסיאָנעלן זשורנאַליסטישן אופֿן, איז עס גאָר אַ וויכטיקער מאַטעריאַל.