די ראָלע פֿון ייִדיש אין „דער זון פֿון שאול‟

The Role Yiddish Plays in "Son of Saul"

מענדי כּהנא (צווייטער פֿון רעכטס) און געזאַ ראָריג, וואָס שפּילט שאול (אין מיטן), קוקן אַן אויסצוג פֿונעם פֿילם בעת אַ רעפּעטיציע, מײַ 2014, אין בודאַפּעשט
Ildi Hermann
מענדי כּהנא (צווייטער פֿון רעכטס) און געזאַ ראָריג, וואָס שפּילט שאול (אין מיטן), קוקן אַן אויסצוג פֿונעם פֿילם בעת אַ רעפּעטיציע, מײַ 2014, אין בודאַפּעשט

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published January 24, 2016, issue of February 19, 2016.

לאַסלאָ נעמעס׳ אונגערישער פֿילם „דער זון פֿון שאול‟, וואָס איז פֿאַראַכטאָגן נאָמינירט געוואָרן פֿאַר אַן „אָסקאַר‟ פֿאַרן בעסטן פֿילם אין אַן אויסלענדישער שפּראַך, איז אייגנאַרטיק אויף עטלעכע פֿראָנטן: ערשטנס, צוליב דער קאָנטראָווערסאַלער טעמע אַליין — עס שילדערט צוויי טעג אינעם לעבן פֿון שאול אויסלענדער, אַ מיטגליד פֿון דער זאָנדערקאָמאַנדאָ אין אוישוויץ־בירקענאַו. די זאָנדערקאָמאַנדאָ זענען געווען די ייִדישע מענער, וואָס די נאַציס האָבן געצוווּנגען צו העלפֿן דורכפֿירן דעם גענאָציד פֿון די ייִדן, און וואָס ווערן עד־היום באַצייכנט בײַ אַ טייל ייִדן ווי „קאָלאַבאָראַטאָרן‟.

צווייטנס, רעדן אַ צאָל פּערסאָנאַזשן אינעם פֿילם אויף ייִדיש, אָנהייבנדיק פֿון דער סאַמע ערשטער סצענע. ביז הײַנט האָט מען אין בלויז געציילטע „אָסקאַר‟־נאָמינירטע פֿילמען געקאָנט הערן די ייִדישע שפּראַך: איינער פֿון זיי איז דער טשעכישער פֿילם The Shop on Main Street, אין וועלכן די באַרימטע פּויליש־ייִדישע אַקטריסע אידאַ קאַמינסקאַ שפּילט אַ ייִדישע אַלמנה אין דער נאַצי־אָקופּירטער סלאָוואַקיע (יענער פֿילם האָט אין 1965 טאַקע געוווּנען דעם „אָסקאַר‟ פֿאַרן בעסטן פֿרעמד־שפּראַכיקן פֿילם) און אַ צווייטער פֿילם איז A Serious Man, וווּ פֿייוויש פֿינקל, אַלען ריקמאַן און יעלענע שמואלענסאָן פֿירן אַ 5־מינוטיקן שמועס אויף ייִדיש — אויך גלײַך בײַם אָנהייב.

די ערשטע רעפּליק פֿון „דער זון פֿון שאול‟ — „ס׳הייבט זיך אָן!‟ — זאָגט דער באַקאַנטער ייִדישער זינגער און אַקטיאָר, מענדי כּהנא, וועלכער האָט אָנטייל גענומען אין דער פּראָדוקציע נישט בלויז ווי אַן אַקטיאָר, נאָר אויך ווי דער איבערזעצער פֿון די רעפּליקן פֿון ענגליש אויף ייִדיש, און ווי דער ייִדיש־רעפּעטיטאָר פֿאַר די אַקטיאָרן.

ס׳רובֿ פֿונעם פֿילם קומט פֿאָר אויף אונגעריש. אַחוץ ייִדיש, הערט מען אויך דײַטש און פּויליש. יענע דיאַלאָגן, וואָס זענען וויכטיק פֿאַרן סיפּור־המעשׂה, ווערן איבערגעזעצט דורך אונטערקעפּלעך, אָבער אַנדערע רעפּליקן בלײַבן נישט־איבערגעזעצט, שאַפֿנדיק בײַם צוקוקער אַ מין צעטומלטקייט און כאַאָס, וואָס איז, אַ פּנים, געווען די כּוונה בײַם רעזשיסאָר — מע זאָל, כאָטש אין אַ געוויסן זינען, פֿילן דאָס יאָגעניש און די דעזאָריענטאַציע פֿון די ייִדן, וואָס מע האָט ערשט געבראַכט אין לאַגער.

מענדי, דער אַנטווערפּן־געבוירענער אַקטיאָר און גרינדער פֿון דער אָרגאַניזאַציע „יונג ייִדיש‟ אין ירושלים, האָט זיך דערוווּסט, אַז מע מאַכט דעם פֿילם מיט צוויי יאָר צוריק, ווען לאַסלאָ איז געפֿאָרן קיין ישׂראל, זוכנדיק ייִדיש־רעדנדיקע אַקטיאָרן און הילף מיטן ייִדיש־לשון.

„ער איז געקומען צו מיר אין ׳יונג ייִדיש׳, מיר האָבן זיך געטראָפֿן אַ צוויי מאָל, און ער האָט מיר געזאָגט, אַז ער זוכט עמעצן, וואָס קאָן איבערזעצן דעם סצענאַר פֿון ענגליש אויף ייִדיש,‟ האָט מענדי געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟. „ער האָט געוואָלט צוריקגיין צו דער רעאַלער שפּראַך, אַזוי ווי מע האָט טאַקע גערעדט אין די לאַגערן.‟