פּאָראָשענקאָס ייִדישע שפּראַך

Poroshenko's Jewish Language

פּיאָטר פּאָראָשענקאָ טרעט אויף אין דער כּנסת
פּיאָטר פּאָראָשענקאָ טרעט אויף אין דער כּנסת

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published January 24, 2016, issue of February 19, 2016.

נישט לאַנג צוריק, דעם 23סטן דעצעמבער, איז דער אוקראַיִנישער פּרעזידענט, פּיאָטר פּאָראָשענקאָ, אויפֿגעטראָטן אין דער כּנסת און דערקלערט, אַז דאָס ייִדישע און אוקראַיִנישע פֿאָלק זענען פֿון קדמונים אָן פֿעסט פֿאַרבונדן סײַ אינעם קולטורעלן זין, סײַ וואָס שייך דעם היסטאָרישן גורל. אינעם פּעריאָד פֿון 1918 ביז 1921, האָט צוגעגעבן דער פּרעזידענט, האָבן די אוקראַיִנער צום ערשטן מאָל נאָך 200 יאָר אָנגעהויבן אַ גרויסן אויפֿשטאַנד פֿאַר אומאָפּהענגיקייט און האָט דערקלערט די אוקראַיִנישע פֿאָלקס־רעפּובליק, וווּ מע האָט אַרויסגעגעבן די נײַע באַנקנאָטן מיט אַן אויפֿשריפֿט אויף די וויכטיקסטע שפּראַכן אינעם לאַנד, אַרײַנגערעכנט ייִדיש. די ייִדישע שפּראַך, האָט באַטאָנט פּאָראָשענקאָ, איז געווען איינע פֿון די אָפֿיציעלע מלוכישע שפּראַכן אין דער יונגער רעפּובליק.

אַחוץ דעם, האָט דער פּרעזידענט דערמאָנט, אַז אוקראַיִנע איז דאָס וויגעלע פֿון חסידות און דאָס היימלאַנד פֿון אַ גאַנצער ריי וועלט באַקאַנטע ייִדישע פּערזענלעכקייט, פֿון שלום־עליכם און ביאַליק ביז זאבֿ זשאַבאָטינסקי. אין זײַן רעדע, האָט פּאָראָשענקאָ פֿאַרגליכן דעם ייִדישן חורבן מיטן אוקראַיִנישן האָלאָדאָמאָר — דעם מאַסן־טויט פֿון מיליאָנען אויסגעהונגערטע אוקראַיִנער, וואָס סטאַלין האָט בכּיוון גורם געווען, ווי עס האַלטן אַ סך היסטאָריקער. אין דער לאַנגער רעדע, האָט ער דערמאָנט דעם תּנ״כישן נבֿיא ירמיהו און דעם באַקאַנטן מאמר־חז״ל, לויט וועלכן דער, וואָס ראַטעוועט איין מענטשלעכע נשמה, ראַטעווען אויס די גאַנצע וועלט.

צוליב אַ צאָל סיבות, איז נישט קיין חידוש, אַז פּאָראָשענקאָס רעדע האָט אַרויסגערופֿן אַ כוואַליע סאַרקאַסטישע אַרטיקלען און דיסקוסיעס, בפֿרט אויף רוסיש, וואָס גייט נאָך אַלץ אָן אויף דער אינטערנעץ. מיט איבער 350 יאָר צוריק האָבן די אוקראַיִנער טאַקע געפּרוּווט, און גאַנץ אַקטיוו, צו דערקלערן זייער אומאָפּהענגיקייט, בראָש מיט באָגדאַן כמעלניצקי. ווי ס׳איז באַקאַנט אָבער, האָט דער דאָזיקער פּאַרשוין זיך באַצויגן צו ייִדן גאָר אַנדערש, ווי די פּלוראַליסטישע פּאָליטיקער פֿון דער פֿאָלקס־רעפּובליק. ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז פּאָראָשענקאָ האָט יאָ דערמאָנט די אוקראַיִנישע נאַצי־קאָלאַבאָראַטאָרן, אָבער קיין שום וואָרט נישט געזאָגט וועגן די ריזיקע פּאָגראָמען אין כמעלניצקיס צײַטן און אין דער דערמאָנטער רעוואָלוציע־תּקופֿה.

אַזוי צי אַזוי, איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז זעלטן ווען הערט מען אין דער כּנסת ווערטער וועגן דער „ייִדישער שפּראַך‟. סײַ אין אוקראַיִנע, סײַ אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד האָט מען טאַקע אָנערקענט ייִדיש גאַנץ אָפֿיציעל ווי אַ נאַציאָנאַלע שפּראַך פֿון ייִדן, אין פֿאַרגלײַך מיט ישׂראל, וווּ מע האָט געפּרוּווט דווקא פּטור ווערן אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים פֿונעם „גלות־זשאַרגאָן‟, שוין אָפּגערעדט פֿון וועלכן־ניט־איז מלוכישן סטאַטוס.

וואָס שייך די באַנקנאָטן, איז דער פּרעזידענט גערעכט. אַדרבה, צומאָל איז די ייִדישע אויפֿשריפֿט אַפֿילו געווען בולטער, ווי די אוקראַיִנישע און פּוילישע, סימעטריש באַצירנדיק דעם צענטער פֿון דער דעמאָלטיקער וואַלוטע — די קאַרבאָוואַנצעס. ס׳איז אויך כּדאַי זיך צו דערמאָנען, אַז פּאָראָשענקאָ ווייסט בעסער, וואָס ס׳האָט אין זײַן לאַנד געמיינט „די ייִדישע שפּראַך‟. ווען מע זוכט אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון די היסטאָרישע באַנקנאָטן אינעם „גוגל‟, טרעפֿט מען זיך גלײַך אָן אויף אַ רוסישער אינפֿאָרמאַציע־וועבזײַט, וווּ אין די קלאַמערן ווערט דערקלערט, אַז מיינען מיינט עס, כּלומשרט, העברעיִש.