ייִדישע לידער לזכּרון מאַרטין לוטער קינג

Yiddish Songs in Remembrance of Dr. Martin Luther King

ליסאַ פֿישמאַן, עלמאָר דזשיימס, חזנטע מאַגדאַ פֿישמאַן און טאָני פּערי, בעתן קאָנצערט „נשמה צו נשמה‟
Victor Nechay/properpix.com
ליסאַ פֿישמאַן, עלמאָר דזשיימס, חזנטע מאַגדאַ פֿישמאַן און טאָני פּערי, בעתן קאָנצערט „נשמה צו נשמה‟

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published January 26, 2016, issue of February 19, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

אַן ענלעכע נאַטירלעכע צונויפֿפּאָר איז געווען ליסאַ פֿישמאַנס און דער חזנטע מאַגדאַ פֿישמאַנס נוסח פֿונעם ליד „זומערצײַט‟ פֿון דער גאָר־באַקאַנטער אָפּערעטע „פּאָרגי און בעס‟. די מוזיק צו דער אָפּערעטע, די סאַמע־ערשטע אין דער געשיכטע פֿון „בראָדוויי‟ מיט בלויז שוואַרצע אַקטיאָרן, וואָס איז ניט געווען קיין ראַסיסטישע פֿאָרשטעלונג, האָט קאָמפּאָנירט דער אַמעריקאַנער ייִד דזשאָרדזש גערשווין. די מוזיק האָט ער געשאַפֿן אויפֿן סמך סײַ פֿון טראַדיציאָנעלער אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער מוזיק, סײַ פֿון חזנות. כאָטש אַ פּאָר מענטשן אין זאַל האָבן זיך צעלאַכט בײַם דערהערן, אַז מע גייט טאַקע זינגען דאָס באַרימט ליד אויף מאַמע־לשון, האָבן זיי, אַ דאַנק דעם ערנסטן צוגאַנג פֿון די טאַלענטירטע זינגערינס, אין גיכן אויפֿגעהערט צו געפֿינען אין דעם קיין שום הומאָר. פֿאַר די, וואָס פֿאַרשטייען ייִדיש, איז די איבערזעצונג אַן אַנטפּלעקונג, אַ גאָר־געלונגענער ייִדישער נוסח פֿונעם ליד, וואָס האַלט אין זיך דעם עמאָציאָנעלן כּוח פֿונעם ענגלישן אָריגינאַל.

פֿון דער ייִדישער טראַדיציע האָט מען פֿאָרגעשטעלט אַ פֿאַרשידנאַרטיקן אויסקלײַב פֿון לידער. ספּעציעל אויסגעצייכנט איז געווען עלמאָר דזשיימס׳ נוסח פֿון מרדכי געבירטיגס „עס ברענט‟. דזשיימס, אַ בראָדוויי־אַקטיאָר און אויסגעשולטער אָפּערע־זינגער מיט אַ טיפֿן־באַסאָווען קול, האָט דערקלערט דעם עולם, אַז ער האָט זיך לכתּחילה אויסגעלערנט צו זינגען אויף ייִדיש צוליב זײַן אינטערעס אינעם רעפּערטואַר פֿון פּאָל ראָבסאָן. ניט וויסנדיק צו וועמען מע דאַרף זיך ווענדן, כּדי אָנצוהייבן לערנען זיך ייִדיש, איז דזשיימס אַרײַן אין אַ צופֿעליקן יודאַיִקאַ־קראָם, וווּ דער אייגנטימער האָט אים געגעבן דעם טעלעפֿאָן־נומער פֿונעם זינגער און אַקטיאָר טעאָדאָר ביקעל. ווען דזשיימס האָט אָנגעקלונגען ביקעלן און געבעטן בײַ אים, ער זאָל אים, דזשיימסן, אויסלערנען צו זינגען אויף ייִדיש, האָט ביקעל אים געעצהט, אַז ער זאָל זיך בעסער פֿאַרבינדן מיט זלמן מלאָטעקן. זינט דעמאָלט טרעט דזשיימס אויף אויף אַ סך קאָנצערטן מיט דער „פֿאָלקסבינע‟, ובפֿרט „נשמה צו נשמה‟.

דערקלערנדיק זײַן פּערזענלעכע שײַכות צו געבירטיגס „עס ברענט‟ האָט דזשיימס דערמאָנט, אַז ווי אַ קינד פֿלעג ער עסן מיט דעם פֿאָטער פֿון זײַנעם אַ חבֿר, אַ ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה, וואָס האָט אים אָפֿט דערציילט וועגן זײַן לעבן אין פּוילן פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה און זײַנע יסורים אין אוישוויץ. אפֿשר טאַקע דערפֿאַר זינגט דזשיימס „עס ברענט‟ מיט אַזוי פֿיל עמאָציע און פּאַטאָס. מע קען הערן ווי אַ סך געניטע זינגער שטעלן פֿאָר געבירטיגס ליד אויף כּלערליי חורבן־פּראָגראַמען אָבער איך האָב קיינמאָל ניט געהערט, אַז עמעצער זאָל אַזוי פּרעכטיק פֿאַרקעפּערן דעם פּײַן, ליידן און שוידער פֿונעם ליד, ווי עס קלינגט אין דזשיימס׳ נוסח. עס דערמאָנט זיך אַוודאי אין דער ווערסיע פֿון פּאָל ראָבסאָן, אַ דאַנק וועמען דזשיימס איז געקומען צו ייִדיש.

אַ קליינע קאַפּעליע האָט באַגלייט די אויסגעצייכנטע זינגער. זלמן מלאָטעק האָט געשפּילט אויף דער פּיאַנע און באַוויזן זײַנע פֿעיִקייטן ניט בלויז מיט דער ייִדישער מוזיק, נאָר אויך מיט דזשעז; מאַט טעמקין האָט צוגעגעבן צום ריטעם אויף די פּויקן, און טיילאָר בערגן־קריסמאַן האָט מיטגעשפּילט אויפֿן באַס. דמיטרי (זיסל) סלעפּאָוויטש, וואָס אַחוץ זײַן אַרבעט מיט דער „פֿאָלקסבינע‟ איז ער באַקאַנט ווי אַ קלעזמער־מוזיקער, האָט אויך במשך פֿונעם קאָנצערט געוויזן אַ סך פֿעיִקייטן און טאַלאַנט צו דזשעז בײַם שפּילן אַ פּאָר אויסגעצייכנטע סאָלאָס אויף זײַן סאַקסאָפֿאָן.

ניט נאָר די מוזיקער האָבן געשפּילט אינסטרומענטן: ליסאַ פֿישמאַן האָט מיטגעשפּילט אויף דער גיטאַר, באַגלייטנדיק חזנטע מאַגדאַ פֿישמאַנס טרומייט־שפּילן בעת לויִ אַרמסטראָנגס „ס׳אַראַ פּרעכטיקע וועלט‟. אין אַ קאָנצערט אָנגעפֿילט מיט חידושים, איז מאַגדאַ פֿישמאַנס פּרעכטיקע טרומייט־שפּילן אינעם סטיל פֿון אַרמסטראָנג געווען איינער פֿון די גרעסטע.

כאָטש דער אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער־ייִדישער אַליאַנץ לטובֿת ציווילע רעכט האָט מער־ווייניקער זיך אָפּגעשטעלט מיטן שלוס פֿון די 1960ער יאָרן, אַרבעטן נאָך אַלץ פֿאָרשטייער פֿון ביידע קהילות צוזאַמען אויף געמיינזאַמע פּראָבלעמען. פֿאַרן קאָנצערט גופֿא האָבן די אָנפֿירער פֿון דער „פֿונדאַציע פֿאַר צווישן־עטנישער פֿאַרשטענדיקונג‟, הרבֿ מאַרק שנײַער און דער „רעפּ‟־ און מאָדע־מאַגנאַט ראָסל סימאָנס, גערעדט פֿאַרן עולם וועגן דער וויכטיקייט פֿון דער אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער־ייִדישער באַציִונג הײַנט צו טאָג. אין אַ צײַט ווען די שפּאַנונגען צווישן די ראַסן אין אַמעריקע וואַקסן, אין געוויסע אופֿנים, וואָס גרעסער, האָט דער קאָנצערט „נשמה צו נשמה‟ בולט געוויזן ווי אַזוי די מוזיק קען באַטאָנען די ענלעכקייט צווישן מענטשן פֿון פֿאַרשידענע הינטערגרונטן און אונדז אַלעמען צוזאַמענברענגען.