ידיעות פֿון מעלבורן

News from Melbourne

פֿון שׂרה זילבערמאַן

Published January 25, 2016, issue of February 19, 2016.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

אױסטראַלישע ייִדישע זומער־לאַגערן

די אױסטראַליש־ייִדישע יוגנט־גרופּעס „סקיף‟, „הבונים‟, „השומר־הצעיר‟, „הינני‟, „ביתּ״ר‟, „קעמפּ גן־ישׂראל‟ (פֿאַר מײדלעך און פֿאַר ייִנגלעך באַזונדער), „בני־עקיבֿא‟, „נצ״ר‟ און „קעמפּ סאַבאַבאַ‟ (פֿאַר ייִדישע יוגנטלעכע מיט פֿיזישע אָדער אינטעלעקטועלע מניעות) האָבן אַלע פֿאַרענדיקט זײערע זומער־לאַגערן במשך פֿון די אױסטראַלישע שול־פֿעריען.

טעניס־שפּילער: װי בײַ זיך אין דער הײם

דער ישׂראלדיקער טעניס־שפּילער דודי סלה זאָגט, אַז ער האָט ליב צו שפּילן טעניס בײַם מעלבורנער פֿאַרמעסט, װײַל מעלבורן פֿאַרמאָגט פֿיל ייִדישע טעניס־פּאַטריאָטן. ער זאָגט, אַז שפּילן אין מעלבורן איז זײער פֿײַן, אַז עס איז „אַזױ װי שפּילן אין ישׂראל!” סלה שפּילט פֿאַרן „דײװיס־בעכער‟ אינעם מעלבורנער אָפֿענעם טעניס־פֿאַרמעסט.

לײבאָר־אָנפֿירער טאַדלט דאָס נישט דערלױבן לײבאָר־פֿאָרשטײערס צו פֿאָרן קײן מדינת־ישׂראל

לוק פֿאָלי
לוק פֿאָלי

לוק פֿאָלי, דער נײַער אָנפֿירער פֿון דער לײבאָר־פּאַרטײ אין דעם שטאַט ניו־סאַוט װײלס, זאָגט, אַז ער טאַדלט דעם רוף פֿון אַ מינדערהײט אין זײַן פּאַרטײ צו פֿאַרװערן, אַז די לײבאָר־מיטגלידער פֿון די שטאַטישע און קאָנאָנװעלט־־פּאַרלאַמענטן, אָפֿיציאַלן און מיטגלידער פֿון לײבאָרס יוגנט־צװײַג זאָלן מעגן געניסן פֿון רײַזעס קײן מדינת־ישׂראל, אױב זײערע קאָסטן װערן געדעקט פֿון דער ישׂראל־רעגירונג אָדער פֿון לאָקאַלע ציוניסטישע אָרגאָניזאַציעס.