אייראָפּע מערקט אָפּ „טאָג לזכר דעם חורבן‟

Europe Commemorates Holocaust Remembrance Day

דער ענגלישער פּרעמיער דייוויד קאַמעראָן טרעפֿט זיך מיט אַ גרופּע לעבן געבליבענע פֿונעם חורבן, מיטוואָך, אין לאָנדאָן
Getty Images
דער ענגלישער פּרעמיער דייוויד קאַמעראָן טרעפֿט זיך מיט אַ גרופּע לעבן געבליבענע פֿונעם חורבן, מיטוואָך, אין לאָנדאָן

פֿון ייִט״אַ

Published January 28, 2016, issue of February 19, 2016.

אַ גרופּע ייִדן, וועלכע האָט דורכגעלעבט אוישוויץ, האָט מיטוואָך, אינעם „אינטערנאַציאָנאַלן טאָג לזכר דעם חורבן‟, אָפּגעמערקט דאָס 71סטע יאָר זינט זייער באַפֿרײַונג, דורך אַ צערעמאָניע אינעם אַמאָליקן טויט־לאַגער, אין דרום־פּוילן.

דער יערלעכער טרויערטאָג ווערט אָפּגעמערקט דעם 27סטן יאַנואַר, ווײַל דאָס איז דער טאָג, וואָס די סאָוועטישע אַרמיי האָט באַפֿרײַט אוישוויץ. בעת אַ צערעמאָניע מיטוואָך אינעם אייראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט, האָט דער פּרעזידענט, מאַרטין שולץ, דערקלערט: „ס׳איז בײַ אונדז אַ גרויסע אַנטוישונג, וואָס אין דער הײַנטיקער אייראָפּע לעבן ייִדן ווידער מיט שרעק.‟

„ס׳איז נישט דערטרעגלעך, וואָס ייִדן מײַדן אויס צו טראָגן זייערע טראַדיציאָנעלע בגדים און רעליגיעזע סימבאָלן אין עפֿנטלעכע ערטער אויס מורא פֿון אַטאַקן,‟ האָט שולץ באַמערקט. „ס׳איז טרויעריק ווען ייִדן קלערן צו פֿאַרלאָזן אייראָפּע, ווײַל זיי פֿילן זיך נישט זיכער דאָ.

„ייִדישע פֿרײַנד און שכנים, מיר שטייען אין סאָלידאַריטעט מיט אײַך קעגן יענע, וואָס פּרוּוון אײַך צו טאָן בייזס. מיר וועלן קיין מאָל נישט דערלאָזן, אַז זיי זאָלן אײַך מאַכן פֿאַר דרויסנדיקע אין אײַער אייגן לאַנד. אייראָפּע איז אײַער היים — הײַנט, מאָרגן און אויף אייביק.‟

משה קאַנטאָר, דער פּרעזידענט פֿונעם אייראָפּעיִשן ייִדישן קאָנגרעס, האָט געזאָגט דעם אייראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט, אַז די רעגירונגען פֿון זײַנע מיטגליד־לענדער מוזן טאָן מער צו באַשיצן זייערע ייִדישע בירגער. „מיר בעטן נישט בײַ אײַך קיין ספּעציעלע טובֿות, בלויז אַז די רעגירונגען זאָלן דורכפֿירן זייער פֿליכט: צו באַזאָרגן די ייִדן מיט די זעלבע רעכט צו לעבן אין זיכערקייט ווי אַלע אַנדערע אייראָפּעער.‟

דער דײַטשער פּאַרלאַמענט האָט אויך אָפּגעמערקט דעם „אינטערנאַציאָנאַלן טאָג לזכר דעם חורבן‟, דורך אַ צערעמאָניע און רעדע פֿון ד״ר רות קלוגער, אַ לעבן געבליבענע פֿון טערעזין און אוישוויץ, וועלכע איז הײַנט אַן אָנגעזעענע ייִדישע עקספּערטין פֿון דער דײַטשער ליטעראַטור.