חכמות וועגן דער מענטשהייט (ערשטער טייל)

Clever Sayings About Mankind (Part I)

Yehuda Blum

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published January 29, 2016, issue of February 19, 2016.

שוין תּקופֿות ווי מיר זײַנען אַרומגערינגלט מיט קלוגע רייד, איז וואָס קומט אַרויס דערפֿון אַז נאַרישקייט גילט, אַז די חכמות גייען אין איין אויער אַרײַן און אין צווייטן אַרויס. זעט אויס, אַז יעדער נײַער דור קומט אַרויס טויב, שטום און בלינד און דאַרף זיך ערשט אונטערגאַרטלען צו באַקענען זיך מיט די קלוגע רייד און אָנשטעקנדיקע נאַרישקייטן פֿון די פֿאַרגאַנגענע דורות.

הייסט עס, אַז די מענטשהייט איז צעטיילט אין עטלעכע מחנות, די וואָס האָבן די זכיה צוצוקומען צו די אוצרות פֿון פֿאַרגאַנגענע קלוגע רייד, און יענע וואָס שמאַכטן עד־היום אין דער פֿינצטער, און לאָמיך אײַך מודיע זײַן דעם סוד פֿון גאַנץ בראָד, אַז די פֿינצטערנישט האָט איבערגעשטיגן, אין אונדזער אַמעריקאַנער דערציִונג, פּאָליטיק און אין גאַס.

לעצטנס זײַנען מיר צו האַנט געקומען געקליבענע רייד פֿון צווישן די אומות-העולם און חכמות פֿון אייגענע פֿילאָסאָפֿן. זעט אויס, אַז יעדער דור זינט די ששת ימי בראשית האָט געזען די וועלט אין איר פּראַכט און אין איר געמויזעכץ. איז וואָס האָט זיך געביטן? גאָט זאָל באַהיטן. און אַז ס׳גייט שוין אַ רייד וועגן גאָט, האָט די מענטשהייט איר אייגענע שיטה.

אָט, למשל, נעמט אָסקאַר ווײַלד, וועמעס אמתער נאָמען איז געווען אָסקאַר פֿינגאַל אָופֿלאַהערטי וויליס ווײַלד (1854־1900). ער איז געווען אַן אַנגלאָ־אירלענדישער דראַמאַטורג, נאָוועליסט, עסיייִסט און פּאָעט, באַקומען זײַן דערציִונג אין אָקספֿאָרד, ענגלאַנד, גערעדט פֿליסיק פֿראַנצייזיש און דײַטש. מיר קענען אים אָבער פֿון זײַן באַרימט ווערק „דאָס בילד פֿון דאָריען גריי‟, וווּ דער יונגערמאַן עלטערט זיך נישט, בלויז זײַן פּאָרטרעט ווערט וואָס אַמאָל עלטער און צעקרימטער.

נישט קיין וווּנדער, אַז ער האָט זיך אַרומגעשפּילט מיט אַזעלכע חכמות ווי:

„דעם איינציקן חובֿ, וואָס איך קום דער געשיכטע איז זי איבערצושרײַבן.‟

און ער גיט אויך צו:

„איך קען אַלץ בײַשטיין, אחוץ דעם יצר־הרע.‟

דער אמת איז, אַז אָסקאַר ווײַלד האָט אויך געלעבט אין אַ תּקופֿה וואָס איז געגאַנגען אויף קוליעס.