אַרום דער וועלט אין 8,000 טעג

Around the World in 8,000 Days

פּאָל סאַלאָפּעק
פּאָל סאַלאָפּעק

פֿון לייזער בורקאָ

Published January 29, 2016, issue of February 19, 2016.

ס׳איז קיין מאָל ניט געווען מײַן חלום אַרומצופֿאָרן די וועלט. ערשטנס, ווער דאַרף אַרומפֿאָרן, ווען די גאַנצע וועלט געפֿינט זיך דאָ? ניו־יאָרק איז דאָך די וועלט אין מיניאַטור. צווייטנס, איז פֿאָרן צי פֿליִען געוויינטלעך אַ גרויס אָפּקומעניש, וואָס מע ווינטשט בלויז אויף די ערגסטע שׂונאים: די זיכערהייט־קאָנטראָלן, לאַנגע פֿאַרשפּעטיקונגען, שלעכט עסן, אומריינע וואַשצימערן — דער געדאַנק אַליין איז גענוג, מע זאָל וועלן בלײַבן זיצן אין דער היים אויף שטענדיק.

דעריבער זײַנען דאָ זייער אַ סך לענדער, וווּ איך בין קיין מאָל ניט געווען (182 לענדער, לויט מײַן חשבון), אַפֿילו גאַנצע קאָנטינענטן: אַזיע (אַחוץ ישׂראל), אַפֿריקע, דרום־אַמעריקע, אויסטראַליע, אַנטאַרקטיקע. ווי קען מען זיך רופֿן אַ וועלטבירגער אָדער אַ קולטורמענטש, אויב מען איז נאָך קיין מאָל ניט געווען אין אַנטאַרקטיקע?

אָבער פֿאָרן צו פֿאָרן איז ניט גלײַך. ווען דער שרײַבער זשול ווערן האָט אַרויסגעגעבן זײַן באַרימטן ראָמאַן „אַרום דער וועלט אין אַכציק טעג‟ אין 1873, האָט זיך דאָס נאָך גערעכנט פֿאַר אַ גרויסן אויפֿטו: פֿאָרן מיט דער באַן, מיט אַ שיף, מיט פֿערד־און־וואָגן, אַפֿילו מיט אַ לופֿטבאַלאָן, האָט דעמאָלט געדויערט וואָכן און חדשים. אָבער הײַנט קען מען אַרומפֿליִען די גאַנצע וועלט מיט אַ גיכן עראָפּלאַן אין בלויז פֿערציק שעה. דערפֿאַר האָט דאָס הײַנטיקע אַרומפֿאָרן די וועלט ניט דעם זעלביקן טעם: מע קוקט אַרויס פֿונעם עראָפּלאַן־פֿענצטערל און מע זעט אויף צענדליקער מײַלן — אָבער מע זעט אַלץ גיך און ווײַט און אומקלאָר דורכן נעפּל.

אַז מע וויל זיך גוט באַקענען מיט אַ נײַ אָרט, איז דער בעסטער אופֿן — אַרומצוגיין צו פֿוס. אַזוי האָט מען צײַט צו זען, צו הערן, און צו שמעקן; צו כאַפּן אַ שמועס מיט די היגע מענטשן; צו פֿאַרזוכן די היגע מאכלים. אַזוי געדענקט זיך אַ סך בעסער דאָס אָרט און דער וועג, ווי אַזוי מען איז געקומען. אין די אַמעריקאַנער שטעט קען מען ניט האָבן דאָס זעלבע געפֿיל פֿאַר דער לאַנדשאַפֿט און דער געאָגראַפֿיע ווי אין די אַלטע אייראָפּעיִשע שטעט, ווײַל אין אַמעריקע איז אַלץ געבויט אַזוי אוממענטשלעך גרויס און אויסגעשפּרייט, אַז מע קען ניט גיין צו פֿוס. די אַמעריקאַנער שטעט זײַנען בעסער צוגעפּאַסט פֿאַר מאַשינען, ניט פֿאַר מענטשן.

דער גרעסטער אָנהענגער פֿון דער דאָזיקער אידעע איז מסתּמא דער אַמעריקאַנער זשורנאַליסט פּאָל סאַלאָפּעק, וואָס האָט אין יאַנואַר 2013 אָנגעהויבן אַ שפּאַציר אַרום דער וועלט. ער וויל גיין אויף די אוראַלטע וועגן און שטעגן, וואָס אונדזערע אָבֿות זײַנע געגאַנגען מיט צענדליקער טויזנטער יאָרן צוריק, ווען זיי זײַנען אַרויס פֿון אַפֿריקע און האָבן שריט נאָך שריט זיך פֿאַרשפּרייט איבער די אַנדערע קאָנטינענטן: דורכן מיטעלן מיזרח, איבער אַזיע און איבערן בערינגער דורכגוס קיין אַלאַסקע, און דערנאָך אַראָפּ דורך צפֿון־ און דרום־אַמעריקע.

סאַלאָפּעק האָט אויסגערעכנט, אַז זײַן וואַנדערונג דאַרף געדויערן זיבן יאָר (אפֿשר אַכט אָדער נײַן). ער האָט אָנגעהויבן אין עטיאָפּיע (כּמעט דאָס „וויגעלע‟ פֿון דער מענטשהייט), איז אַרויפֿגעגאַנגען דורך סאַודיע, יאָרדאַניע, ישׂראל, טערקײַ און דערווײַל האַלט ער אין מיטן אַזערבײַדזשאַן. גייענדיק אַזוי, נעמט ער פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿונעם אַרום און אַלע פּאָר טעג מאַכט ער אויך אַ ווידעאָ פֿון אַן אינטערעסאַנטער סצענע. אין אָוונט שרײַבט ער וועגן זײַנע איבערלעבונען — און ער שרײַבט טאַקע גוט: ניט אומזיסט האָט ער צוויי מאָל געוווּנען אַ „פּוליצער‟־פּרעמיע. זײַנע בילדער, ווידעאָס, און באַריכטן קען מען זען אויף דער וועבזײַט „וואַנדערונג אַרויס פֿון עדן‟:

http://www.outofedenwalk.com

ער איז אויך אַקטיוו אויף „טוויטער‟:

https://twitter.com/PaulSalopek