אומגעריכטע שטיצע פֿאַר ייִדיש אין ערשטער וועלט־מלחמה

Unexpected Boost For Yiddish in WWI

אַ גרופּע דײַטשע סאָלדאַטן זוכן אַן אָרט צו נעכטיקן בײַ אַ ייִדישער משפּחה, בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה
YIVO Institute for Jewish Research, New York
אַ גרופּע דײַטשע סאָלדאַטן זוכן אַן אָרט צו נעכטיקן בײַ אַ ייִדישער משפּחה, בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published February 02, 2016, issue of February 19, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

דער סוף איז געווען, אַז אין ווילנע, אַ שטייגער, זײַנען פֿאַרבליבן אַ סך ווייניקער אַסימילירטע, רוסיש־רעדנדיקע ייִדן. דערצו האָבן די דײַטשן ניט דערלויבט צו האַלטן אָפֿן די ייִדישע לערן־אינסטיטוציעס, וואָס האָבן געפֿירט זייער אַרבעט אויף רוסיש. און צו ייִדיש האָט די דײַטשישע אַדמיניסטראַציע זיך באַצויגן דווקא ניט שלעכט. צווישן די אָנגעשטעלטע אין דער דײַטשישער אַדמיניסטראַציע זײַנען געווען אויך עטלעכע ייִדישע אָפֿיצירן, וועלכע מע האָט געמאַכט פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר דער אַרבעט צווישן די ייִדן אין די אָקופּירטע געגנטן. די דאָזיקע אָפֿיצירן, וואָס זײַנען צו מאָל געווען ראָמאַנטיש געשטימט צו דער „עכטער ייִדישקייט‟ פֿון מיזרח־אייראָפּע, האָבן אונטערגעהאַלטן כּלערליי קולטור־איניציאַטיוון.

למשל, אַ דאַנק זייער שטיצע, האָט זיך אויף די פֿיס געשטעלט די „ווילנער טרופּע‟, וואָס האָט געוויזן אירע ערשטע פֿאָרשטעלונגען מיט הונדערט יאָר צוריק, אין פֿעברואַר 1916. די דאָזיקע — תּחילת אַמאַטאָרישע — טעאַטראַלע גרופּע האָט איבערגעלאָזט אַ טיפֿן שפּור אין דער ייִדישער קולטור־געשיכטע. זי האָט געשטעלט פֿאַר זיך — און דערגרייכט — דעם ציל צו ווײַזן, אַז אויף ייִדיש קען מען שפּילן ניט נאָר שונד, נאָר אויך ווערק פֿון אַ הויכן קינסטלערישן קאַליבער, אַזעלכע וואָס האָבן געקענט צוציִען אויך אַן אינטעליגענטן, אייראָפּעיִש דערצויגענעם צוקוקער.

די קולטור־געשעענישן פֿון דער מלחמה־צײַט האָבן געביטן די שפּראַך־סיטואַציע. אַב. קאַהאַן, דער רעדאַקטאָר פֿון „פֿאָרווערטס‟, האָט עס גלײַך באַמערקט, ווען ער האָט אין יאָר 1919 באַזוכט ווילנע, די שטאָט פֿון זײַנע קינדער־יאָרן און יונגט. ער האָט געשריבן אין „פֿאָרווערטס‟, אַז ייִדיש איז, צו זײַן פֿאַרוווּנדערונג, געוואָרן די שפּראַך אויך פֿון די היגע ייִדישע אינטעליגענטע קרײַזן, וועלכע האָבן אַ מאָל גערעדט רוסיש (קאַהאַן אַליין האָט באַקומען אַ רוסישע בילדונג).

אין יאָר 1916, אויך אונטער דער דײַטשישער אָקופּאַציע, איז אין וואַרשע געשאַפֿן געוואָרן דער פֿאַראיין פֿון ייִדישע ליטעראַטן און זשורנאַליסטן. ביז סעפּטעמבער 1939 האָט די דאָזיקע אָרגאַניזאַציע געשפּילט אַ ממשותדיקע ראָלע אין דעם ייִדישן ליטעראַרישן לעבן ניט בלויז פֿון דער פּוילישער הויפּטשטאָט, נאָר אויך אין דעם גאַנצן צווישן־מלחמהדיקן „ייִדיש־לאַנד‟.