די „פֿלאַכע ערד‟ און דער בילבול־של־חורבן

The Flat Earth and the Holocaust Libel

פֿון רעכטס: „רעפּ‟־זינגער B.o.B (פֿון דער היים: באָבי סײַמאָנס) און ד״ר ניל דיגראַס טײַסאָן
Getty Images
פֿון רעכטס: „רעפּ‟־זינגער B.o.B (פֿון דער היים: באָבי סײַמאָנס) און ד״ר ניל דיגראַס טײַסאָן

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published February 02, 2016, issue of February 19, 2016.

ס׳איז אַ שטענדיקער פּאַראַדאָקס פֿון דער הײַנטיקער אַמעריקע, אַז וואָס מער צוטריט צו אינפֿאָרמאַציע מע האָט, וואָס מער מענטשן הערן אויף צו גלייבן אין די סאַמע־גרונטיקע וויסנשאַפֿטלעכע און היסטאָרישע פֿאַקטן. ד״ר ניל דיגראַס טײַסאָן, אַן אַסטראָפֿיזיקער, וואָס איז מסתּמא הײַנט דער סאַמע־באַקאַנסטער וויסנשאַפֿטלער אין אַמעריקע, וואָרנט כּסדר וועגן דעם, וואָס די אַמעריקאַנער זענען אַזוי אומבאַהאַוונט אין וויסנשאַפֿט, אַז עס שאַט ממש אונדזער דעמאָקראַטיע. ד׳׳ר טײַסאָן, וואָס פֿירט אָן מיטן פּלאַנאַטעריום בײַם „אַמעריקאַנער מוזיי פֿון דער נאַטירלעכער געשיכטע‟ אין ניו־יאָרק, איז ניט ברייט־באַקאַנט צוליב זײַנע אייגענע וויסנשאַפֿטלעכע דערפֿינדונגען (כאָטש ער איז זייער אַ פֿעיִקער עקספּערט אין קאָסמאָס־ענינים), נאָר ער איז באַוווּסט אַ דאַנק זײַנע שטאַרקע פֿעיִקייטן צו דערקלערן שווערע ווינסשאַפֿטלעכע טעאָריעס אויף אַ פּשוטן אופֿן. ד״ר טײַסאָן פֿאַרמאָגט אויך זייער אַ גוטן חוש פֿאַר הומאָר און מאַכט שטענדיק אַ גוטן אײַנדרוק, ווען ער טרעט אויף אויף טעלעוויזע־פּראָגראַמען.

לעצטנס איז דער באַקאַנטער וויסנשאַפֿטלער אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ מאָדנער דעבאַטע מיט אַ באַקאַנטן „רעפּ‟־זינגער B.o.B (פֿון דער היים: באָבי סײַמאָנס) אויף „טוויטער‟, נאָך דעם וואָס סײַמאָנס האָט דערקלערט, אַז די וועלט איז באמת פֿלאַך. טײַסאָן האָט פּרובירט צו דערקלערן דעם „רעפּער‟ אַז די וועלט איז דאָך קײַלעכדיק און אַז די סיבה פֿאַר וואָס דער האָריזאָנט זעט אים אויס פֿלאַך איז ווײַל דער ערד־קוגל איז גאַנץ גרויס און מענטשן זענען זייער קליין. באָבי סײַמאָנס איז ניט געווען צופֿרידן מיטן וויסנשאַפֿטלערס דערקלערונגען און האָט אָפּגערופֿן, אַז די סיבה פֿאַר וואָס מע מיינט, אַז די ערד איז רונד איז צוליב אַ ריזיקע קאָנספּיראַציע, וואָס בוזשעוועט שוין מער ווי 500 יאָר.

טײַסאָן, וואָס קען פֿרײַ רעדן סײַ ווי אַן ערנסטער וויסנשאַפֿטלער, סײַ ווי אַ קאָמיקער, האָט זיך פּשוט ניט געקענט אײַנהאַלטן און האָט חוזק געמאַכט פֿונעם זינגער. מיט אַ פּאָר טעג שפּעטער האָט דער „רעפּער‟ אַרויסגעלאָזט אַ „דיס־טרעק‟ קעגן ד׳׳ר טײַסאָנען, דאָס הייסט אַ „רעפּ‟־ליד, דורך וועלכן מע באַליידיקט עמעצן. דער פֿאַקט וואָס אַ גאָר־באַקאַנטער „רעפּער‟ האָט אַרויסגעלאָזט אַזאַ מין „באַליידיקונג־ליד‟ קעגן דעם סאַמע־באַרימסטן וויסנשאַפֿטלער אין אַמעריקע איבער דעם, וואָס די ערד איז כּלומרשט פֿלאַך, האָט אַרויסגערופֿן אַ סענסאַציע אין דער פּרעסע. מע האָט געמאַכט חוזק פֿונעם זינגער און אינטערווויִרט ד״ר טײַסאָנען אויף אַ ריי טעלעוויזיע־פּראָגראַמען. דער אַסטראָפֿיזיקער האָט אַפֿילו אַרויסגעלאָזט זײַן אייגענעם „רעפּ‟־ליד קעגן B.o.B בעת אַן אויפֿטרטעט אויף Comedy Central. כּמעט קיינער האָט אָבער ניט באַמערקט, אַז אינעם זינגערס „דיס־טרעק‟ קעגן ד׳׳ר טײַסאָן, האָט ער אויך געלייקנט דעם חורבן.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.