אַז מע זעצט איבער סוצקעווער

Translating Sutzkever

אַבֿרהם סוצקעווער און זײַן לידער־זאַמלונג, „אָאַזיס‟
אַבֿרהם סוצקעווער און זײַן לידער־זאַמלונג, „אָאַזיס‟

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published February 02, 2016, issue of February 19, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

נישט לאַנג צוריק איז אין פּעטערבורג אַרויס אַ רוסישע איבערזעצונג פֿון אַלע סוצקעווערס פּראָזאַיִשע ווערק, איבערגעזעצט פֿונעם אָרטיקן ייִדישן פּאָעט און שפּראַך־קענער ישׂראל נעקראַסאָוו. ווי דער איבערזעצער האָט דעמאָלט איבערגעגעבן דעם „פֿאָרווערטס‟, אַז אַפֿילו די פּראָזע פֿונעם גרויסן דיכטער איז נישט גרינג איבערצוזעצן. סוצקעווערס פּראָזאַיִשע ווערק שטעלן מיט זיך פֿאָר אָפֿט אַ פֿאָרעם פֿון פֿרײַער פּאָעזיע, פֿול מיט טיפֿע רמזים און אַסאָציאַציעס, וואָס אויף אַן אַנדער שפּראַך גיט זיך נישט אַלעמאָל אײַן איבערצוגעבן.

לויט דער רוסישער ליטעראַרישער טראַדיציע, שטרעבן די פּאָעטישע איבערזעצער אָפּצוהיטן דעם אָריגינאַל מיט אַלע פּיטשעווקעס, אַרײַנגערעכנט דעם ריטעם, גראַמען און אַפֿילו אַליטעראַציעס, ווען ס׳איז מעגלעך. אינעם יאָר 2010, ווי אַ מין פּאָעטישער נעקראָלאָג נאָך סוצקעווערס טויט, האָט וואַלערי דימשיץ, אַן אַנדער פּעטערבורגער ייִדישיסט, פֿאַרעפֿנטלעכט אינעם מאָסקווער זשורנאַל „לחיים‟, וואָס האָט אַ שײַכות צו די ליובאַוויטשער חסידים, אַ ריי איבערזעצונגען פֿון סוצקעווערס פּאָעזיע. אַחוץ דימשיצן, האָבן אַ טייל לידער איבערגעזעצט איגאָר בולאַטאָווקסי און וואַלערי שובינסקי. פֿאָלגנדיק די דערמאָנטע טראַדיציע, האָבן די איבערזעצער אָפּגעהיט אַלע גראַמען; די לידער קלינגען אויף רוסיש נאַטירלעך.

ווען דער פּאָעט האָט נאָך נאָך געלעבט, האָבן באַרבאַראַ און בנימין הרשבֿ, אַליין אַ באַקאַנטער ייִדישער און העברעיִשער פּאָעט, אַרויסגעגעבן אַן ענגלישע זאַמלונג פֿון סוצקעווערס ווערק, וווּ די ריטמישע סטרוקטור פֿונעם אָריגינאַל ווערט מער אָדער ווייניקער יאָ אָפּגעהיט. בנימין הרשבֿ איז ניפֿטר געוואָרן אין אַפּריל 2015.

צי וועלן זיך נאָך ווײַזן אַזעלכע באַגאַבטע פּערזענלעכקייטן? עס ווילט זיך האָפֿן אַזוי. די באַגאַבטע פּאָעטעסע און איבערזעצערין מאַיאַ עבֿרונה און דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער אַמעריקאַנער פּאָעט שלום בערגער שטרעבן יאָ אָפּצוהיטן סוצקעווערס גראַמען־גאַנג ווי געהעריק. אַזוי צי אַזוי, איז גוט, אַז אויף דער אינטערנעץ באַווײַזן זיך ענטוזיאַסטן, וואָס פּרוּוון צו באַקענען דעם ברייטן ענגליש־רעדנדיקן עולם מיט די ווערק פֿון אַזעלכע גרויסע מײַסטער, ווי אַבֿרהם סוצקעווער.