נײַער צווײַג פֿון „ראָס און טעכטער‟

New Branch of Russ and Daughters


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published February 03, 2016, issue of February 19, 2016.

די לעצטע פּאָר יאָר איז אין שטאָט ניו־יאָרק געווען אַ בלי־תּקופֿה פֿאַרן ייִדישן קאָך־וועזן, און ס׳זעט אויס, אַז נאָך ניו־יאָרקער אײַנוווינער וועלן אין גיכן קענען געניסן פֿון די טראַדיציאָנעלע ייִדישע מאכלים.

„ראָס און טעכטער‟, דער באַרימטער פֿאָרשפּײַז־געשעפֿט, וואָס עקזיסטירט שוין מער ווי 100 יאָר אויפֿן „לאָוער־איסט־סײַד‟ און וואָס האָט אין מאַרץ 2014 צום ערשטן מאָל געעפֿנט אַן אייגענעם רעסטאָראַן, וועט זיך עפֿענען נאָך צוויי פֿיליאַלן אין מאַנהעטן און ברוקלין. דער מאַנהעטענער צווײַג וועט אין גיכן עפֿענען אינעם „ניו־יאָרקער ייִדישן מוזיי‟ אויף דער פֿינפֿטער עוועניו אויפֿן „אָפּער־וועסט־סײַד‟. דער נײַער מאַנהעטענער צווײַג פֿון „ראָס און טעכטער‟ וועט פֿאַרמאָגן 75 זיץ־ערטער. להיפּוך צום אָריגינעלן קראָם אויף „איסט־האַוסטאָן‟־גאַס און זייער רעסטאָראַן אויף „אָרטשערד‟־גאַס, וועט אַלצדינג אינעם נײַעם לאָקאַל בײַם „ייִדישן מוזיי‟ זײַן כּשר. דאָס עסן וועט זײַן מילכיקס און וועט אַרײַננעמען אַזעלכע מאכלים ווי בייגל מיט שמיר־קעז, קנישעס, הערינג, און טראַדיציאָנעלע ברויטן.

נאָך די צוויי שוין־עקזיסטירנדיקע פֿיליאַלן און דער נײַער צווײַג, וואָס וועט זיך אין גיכן עפֿענען אויפֿן ערשטן גאָרן פֿונעם „ייִדישן מוזיי‟, האָט די צײַטונג „וואָל־סטריט־זשורנאַל‟ לעצטנס איבערגעגעבן, אַז „ראָס און טעכטער‟ וועט עפֿענען אַ ריזיקן רעסטאָראַן און פֿאַבריק פֿון 14,000 קוואַדראַט־פֿיס. דער נײַער רעסטאָראַן, בעקערײַ און פֿאַבריק צו מאַכן מאכלים צו פֿאַרקויפֿן אויף הורט וועט זיך געפֿינען אינעם „ברוקלין־נייווי־יאַרד‟, וואָס ווערט איצט אַנטוויקלט צום ערשטן מאָל ווי אַן אײַנקויף־צענטער. דער נײַער צווײַג פֿון „ראָס און טעכטער‟ וועט דינען ווי דער הויפּט־רעסטאָראַן פֿון אַ נײַעם עס־זאַל, וואָס וועט דינען סײַ די אַרבעטער פֿונעם „נייווי־יאַרד‟, סײַ אַ ברייטערן עולם. אינעם ריזיקן נײַעם לאָקאַל וועט „ראָס און טעכטער‟ באַקן פּראָדוקטן אַזוי ווי בייגל, ביאַלעס, באַבקע, קיכלעך, חלה און קנישעס. אַזוי ווי אין זייער רעסטאָראַן אויפֿן „לאָוער־איסט־סײַד‟ וועט מען סערווירן עסן צום באַשטעלן אָבער, להיפּוך צום איצטיקן רעסטאָראַן, וועט מען לייגן דעם טראָפּ אויף פֿרישטיק און מיטאָג אַנשטאָט וועטשערע. דערצו וועט דער נײַער רעסטאָראַן אינעם „נייווי־יאַרד‟ זײַן ווייניקער אויסגעפּוצט און מע וועט צוגרייטן דאָס עסן אויף אַ מער פּשוטן אופֿן, כּדי מע זאָל עס קענען סערווירן וואָס גיכער. מע רעכנט, אַז 30 מענטשן וועלן אַרבעטן אינעם נײַעם לאָקאַל.

„ראָס און טעכטער‟, צוזאַמען מיט „יונה־שימלס קנישעס־בעקערײַ‟ און „כּ׳׳צס דעליקאַטעסן און וווּרשט־פֿאַבריק‟ זענען די איינציקע אַלטע ייִדישע עסן־געשעפֿטן, וואָס בלײַבן נאָך פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן „לאָוער־איסט־סײַד‟. אַלע דרײַ זענען עלטער פֿון 100 יאָר אַלט און ציִען צו קונים ניט סתּם צוליב זייערע מאכלים, נאָר אויך אַ דאַנק דער נאָסטאַלגיע פֿון אַ סך קונים, וואָס געדענקען ווי זיי פֿלעגן עסן דאָרטן מיט צענדליקער יאָרן צוריק. ווען דער „פֿאָרווערטס‟ האָט גערעדט מיט די הײַנטיקע אייגנטימער פֿון „ראָס און טעכטער‟ מיט צוויי יאָר צוריק, האָבן זיי דערקלערט, אַז מיטן עפֿענען צום ערטשן מאָל אַן אייגענעם רעסטאָראַן ווילן זיי בויען עפּעס נײַס אַנשטאָט סתּם צו פֿאַרדינען פֿון דער נאָסטאַלגיע. דער נײַער רעסטאָראַן, וואָס בינדט צונויף אַלטע ייִדישע רעצעפּטן מיט נײַע קולינאַרע טענדענצן, איז לויט אַלע באַריכטן אַ ריזיקער דערפֿאָלג. די איינציקע טענה וואָס מע הערט אַ מאָל וועגן אים, איז אַז דאָס עסן, אַזוי ווי אַלע עסן אינעם געגנט הײַנט, איז גאַנץ טײַער. ס׳וועט זײַן אינטערעסאַנט צו זען, ווי אַזוי „ראָס און טעכטער‟ בײַט זײַן צוגאַנג, כּדי זיך צוצופּאַסן צום פֿאַרלאַנג נאָך ביליקע עסן אינעם „נייווי יאַרד‟.