קעגן שטראָם פֿון ווילנער נאָסטאַלגיע

Against the Trend of Vilna Nostalgia

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published February 03, 2016, issue of February 19, 2016.

אַז מען לעבט, דערלעבט מען: סוף־כּל־סוף, איז אַרױס אױף ענגליש אַ זאַמלונג דערצײלונגען פֿון אַבֿרהם קאַרפּינאָװיטש, אײנער פֿון די װיכטיקסטע מחרבים פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור נאָכן חורבן.

זײַן לעבנס־שליחות איז געװען צו פֿאַראײביקן די פֿילפֿאַרביקײט און לעבעדיקײט פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן װילנע. קאַרפּינאָװיטש האָט אַרױסגעגעבן העכער צען ביכער, צװישן זײ — פֿינף זאַמלונגען פֿון מעשׂיות װעגן זײַן הײמשטאָט װילנע, װאָס ער האָט אָנגעשריבן בעתן אַרבעטן װי דער פֿאַרװאַלטער פֿונעם ישׂראלדיקן פֿילהאַרמאָנישן אָרקעסטער.

לרובֿ האָבן קאַרפּינאָװיטשעס מעשׂיות אַן ענלעכע סטרוקטור, מיט דרײַ כאַראַקטעריסטישע סימנים. דער הויפּט־העלד איז אַ מאַן אָדער אַ פֿרױ, װאָס געהערט צו די „נידעריקע‟ שיכטן פֿון דער אַמאָליקער ייִדישער געזעלשאַפֿט, אָפֿט מאָל — דער אונטערװעלט. דער סיפּור־המעשׂה איז געבױט אַרום אַ טשיקאַװן עפּיזאָד, װאָס אַנטפּלעקט דעם כאַראַקטער פֿון דער פּערזענלעכקײט װי אַן עכטער „מענטש‟. און ניט זעלטן פֿיגורירט דאָ אױך אַ באַקאַנטע היסטאָרישע פּערזענלעכקײט פֿון דער „העכערער‟ שיכט, װאָס גיט אָפּ אַ מין כּבֿוד צו דעם פּראָסטן מענטש.

די ענגלישע אױסגאַבע פֿון „װילנע מײַן װילנע‟ (אױף ייִדיש איז דאָס בוך אַרױס אין 1993) איז כּולל פֿופֿצן דערצײלונגען, איבערגעזעצט דורך העלען מינץ און באַגלײט מיט אַ הקדמה פֿון ד״ר דזשאַסטין קאַמי, אַ מומחה אין דער ליטעראַרישער גרופּע „יונג־װילנע‟. קאַמי שטעלט קאַרפּינאָװיטשעס װערק אַרײַן אין דער לאַנגער קולטור־היסטאָרישער טראַדיציע פֿון דער ליטעראַטור װעגן װילנע: „קאַרפּינאָװיטשעס ליטעראַרישע אָפּגעגעבנקײט מיט װילנע נאָך דער מלחמה שטאַמט פֿון זײַן התחײַבֿות צו דעם היסטאָרישן כּוח־הדמיון, װאָס האָט געשאַפֿן אַן אימאַזש פֿון װילנע װי אַ מוסטער פֿון דעם ייִדישן שטאָטישן רױם.‟