ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published February 02, 2016, issue of February 19, 2016.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

אויסשטעלונג פֿונעם מעצענאַט בראָניסלאַוו קריסטאַלס קונסט־קאָלעקציע

די טעג פֿאַרבעט דער נאַציאָנאַלער מוזיי אין וואַרשע דעם עולם צו אַ טשיקאַווער אויסשטעלונג — די „קונסט־קאָלעקציע פון בראָניסלאַוו קריסטאַל‟. עס איז פּשוט שווער צו באַגרײַפֿן ווי גרויס איז געווען דער צושטײַער פון די ייִדן צו דער פּוילישער קולטור. יוליאַן טובֿים, למשל, דער גרעסטער מאָדערנער פּוילישער פּאָעט, איז געווען אַ ייִד (הגם די פּאָליאַקן ווייסן נישט וואָס דאָס וואָרט טובֿים מיינט…). דער צווייטער גרויסער מאָדערנער פּוילישער פּאָעט, סלאָנימסקי, שטאַמט אויך פֿון ייִדן. די בעסטע פּאָעזיע פֿאַר קינדער האָט געשריבן בזשעכוואַ, אַ פּוילישער ייִד וואָס זיין אמתער נאָמען איז געווען לעשמאַן. נישטאָ קיין קינד אין פּוילן וואָס קען נישט אויף אויסנווייניק גאַצע סטראָפֿעס פֿון ביידע פּאָעטן.

אָבער ייִדן זענען געווען נישט נאָר די גרויסע שאַפֿערס פֿון דער מאָדערנער פּוילישער קולטור. זיי זענען אויך געווען די גרעסטע פּאַטראָנען און מעצענאַטן פֿון דער פּוילישער קונסט אין צוואָנציקסטן יאָרהונדערט. בראָניסלאַוו קריסטאַל איז געווען אַ בולטער בײַשפּיל דערפֿון. ער איז געווען אַ געשעפֿטסמאַן, אַ פֿילאָסאָף און אַ גרויסער ליבהאָבער און שטיצער פֿון קונסט און קינסטלער.

נאָך פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט קריסטאַל געשאָנקען אַ טייל פון זײַן קאָלעקציע פֿון בילדער און סקולפּטורן דעם נאַציאָנאַלן מוזיי אין וואַרשע. די דײַטשן האָבן, אַגבֿ, צוגעגנבֿעט אַ טייל פֿון זיי.

בראָניסלאַוו קריסטאַל האָט נישט נאָר געזאַמלט בילדער. ער האָט אויך געשטיצט די קינסטלער און באַשטעלט בײַ זיי בילדער. אַזוי, למשל, האָט ער באַשטעלט בײַ דעם מאָלער ווויטשעך קאָסאַק אַ פּאָרטרעט פֿון זיך אַליין, מיט זײַן פֿערד. אויסגעזען האָט קריסטאַל ווי אַ פּוילישער אַריסטאָקראַט אָבער זײַן גאַנץ לעבן איז ער געבליבן אַן אויטענטישער ייִד.

קריסטאַל׳ס פֿרוי, די סאָפּראַן־זינגערין איזאַבעלאַ רויטמיל־קריסטאַל איז געשטאָרבן אין עלטער פון 25 יאָר און זייער זונדעלע, קאַראָל, איז געשטאָרבן זיבן יאָר שפּעטער.

דער אומגליקלעכער טאַטע האָט באַשטעלט בײַם באַרימטן פּוילישן קאָמפּאָזיטאָר שימאַנאָווסקי אַ מוזיקאַליש ווערק אין אָנדענק פֿון זײַן פֿאַרשטאָרבענער משפּחה. שימאַנאָווסקי האָט טאַקע געשריבן STABAT MATER, וווּ די באַרימטסטע ייִדישע מאַמע, מאַריאַ, באַקלאָגט דעם טויט פון איר זון. שימאַנאָווסקי האָט געהאַלטן אַז דאָס איז זײַן בעסטע מוזיקאַלישע שאַפֿונג און זי ווערט טאַקע געשפּילט און געזונגען אויף דער גאַנצער וועלט.

הייסט עס, אַז בראָניסלאַוו קריסטאַל איז געווען אַ גרויסער שטיצער נישט נאָר פֿון דער פּוילישער פּלאַסטישער קונסט נאָר פֿון דער פּוילישער מוזיק אויך.

בראָניסלאַוו קריסטאַל האָט איבערגעלעבט די מלחמה. ער איז געשטאָרבן אין וואַרשע אין יאָר 1982. די דרײַ קבֿרים פון די קריסטאַלס — טאַטע, מאַמע און קינד — שטייען זײַט בײַ זײַט אינעם ייִדישן בית־עולם אין וואַרשע.

פֿון וואַנען קומען די באַזוכער פֿונעם חורבן־מוזיי אין אוישוויץ?

אין 2015 האָבן איין מיליאָן, זיבן הונדערט און צוואָנציק טויזנט מענטשן באַזוכט דעם אוישוויץ חורבן מוזיי. אַ רעקאָרד צאָל, באַטאָנט פּיאָטר ציווינסקי, דער מוזיי־דירעקטאָר.

פֿון וואַנען זענען זיי געקומען? 425 טויזנט מענטשן — פֿון פּוילן; 220 מענטשן פֿון גרויס־בריטאַניע. פֿון דײַטשלאַנד זענען געקומען 93 טויזנט מענטשן און כּמעט אַכציק טויזנט מענטשן זענען געקומען פֿון איטאַליע. די זעלבע צאָל מענטשן איז געקומען פֿון אַמעריקע. כּמעט זיבעציק טויזנט מענטשן זענען געקומען פון שפּאַניע. 61 טויזנט ישׂראלים האָבן אויך באַזוכט דעם אוישוויץ־בירקענאו מוזיי.

דער מוזיי האָט צוגעגרייט דרײַ הונדערט פֿירערס אין פֿאַרשיידענע שפּראַכן פֿאַר די באַזוכערס פון כּמעט דער גאַנצער וועלט. פֿאַר וואָס באַטאָנען מיר דאָס וואָרט כּמעט? עס קומען דאָך באַזוכערס פֿון דרום־ און צפֿון־אַמעריקע, כינע און יאַפּאַן. נאָר וואָס זשע? פֿון דער איסלאַמישער וועלט, פֿון אינדאָנעזיע ביז צפֿון־אַפֿריקע, האָט דער מוזיי כּמעט קיין שום באַזוכערס. דאס איז מסתּמא די סיבה פֿאַר וואָס דער מוזיי האָט נישט קיין פֿירערס אין אַראַביש, פּערסיש, טערקיש אָדער די אינדאָנעזישע שפּראַכן. אַ מיליאַרד מענטשן רעדן די דאָזיקע שפּראַכן אָבער עס זעט אויס אַז דער אוישוויץ־בירקענאו מוזיי איז פֿאַר זיי ווייניק אינטערעסאַנט.