אַ ייִדישער „סערזשאַנט פֿעפֿער‟

Sgt. Pepper's Yiddish Hearts Club Band

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published February 03, 2016, issue of February 19, 2016.

ס׳איז איצט אַרויס אַ שיינער נײַער נומער פֿונעם זשורנאַל „אויפֿן שוועל‟, אַרויסגעגעבן פֿון דער „ייִדיש־ליגע‟. עס קומט דעם דיזײַנער יאַנקל סאַלאַנט אַ גרויסער יישר־כּח פֿאַר דער פּרעכטיקער הילע, וואָס איז באַזירט אויף דער קונסט פֿונעם „ביטלס‟־אַלבאָם Sgt. Pepper’s Lonely Hearts Club Band (אַן ערך „די קאַפּעליע פֿונעם סערזשאַנט פֿעפֿערס קלוב פֿאַר עלנטע הערצער‟). אַנשטאָט דזשאָן, פּאָל, דזשאָרדזש און רינגאָ, האָט סאַלאַנט אַרײַנגעשטעלט די קעפּ פֿון די ייִדישע שרײַבער שלום אַש, אַבֿרהם רייזען, י. ל. פּרץ, און ה.־ד. נאָמבערג. ס׳איז טאַקע אמת, אַז אין דער וועלטלעכער ייִדישער קולטור פֿון הונדערט יאָר צוריק זײַנען שרײַבער געווען די שטערן, מער ווי די מוזיקער — אָבער אפֿשר ניט אויפֿן זעלבן פֿאַרנעם ווי די „ביטלס‟.

דער נומער גיט אָפּ פּרצן דעם גרעסטן כּבֿוד, אַזוי ווי ס׳איז פֿאַר אַ יאָרן געווען זײַן הונדערטסטער יאָרצײַט. וועגן אים זײַנען דאָ צוויי אַרטיקלען: איינער פֿון משה־שעיה שטײַנלויף, וועגן פּרץ אין דער צײַט פֿון רעוואָלוציע, און איינער פֿון מרים טרין, וועגן אַ פּרץ־קאָנפֿערענץ, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין זײַן היימשטאָט, זאַמאָשטש.

אַחוץ פּרצן, נעמט דער נומער אַרײַן אַ רעפֿעראַט פֿון יאַן שוואַרץ וועגן אַבֿרהם סוצקעווערס חורבן־דערציילונגען; אַן אינטערוויו מיט גאָלדע מאָרגענטאַלער, וואָס זעצט איבער די ווערק פֿון איר מאַמען, חוה ראָזענפֿאַרב; אַ לענגערן אַרטיקל פֿון בנימין מאָס וועגן דעם גלות־נאַציאָנאַליזם אין די 1930ער יאָרן; און אַ היסטאָרישער אַנאַליז פֿון „יוגנרטוף‟ אין פֿאַרגלײַך מיט דער איצטיקער „ייִדיש־פֿאַרם‟, געשריבן פֿון סאָסיע פֿאָקס. צו דעם אַלעמען קומען נאָך צו עטלעכע לידער און מעשׂהלעך, אַ פֿאָטאָ־עסיי, און אַ סך שיינע בילדער און אילוסטראַציעס. ס׳איז אַ מחיה צו קוקן — און צו לייענען!