פֿונעם „באַוערי‟ ביז בראָדוויי

From the Bowery to Broadway

דער הויפּט־פֿאַסאַד פֿונעם מוזיי; מנשה סקאָלניק שפּילט אין 1935
דער הויפּט־פֿאַסאַד פֿונעם מוזיי; מנשה סקאָלניק שפּילט אין 1935

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published February 03, 2016, issue of February 19, 2016.

דעם 9טן מאַרץ וועט זיך אינעם „מוזיי פֿון דער שטאָט ניו־יאָרק‟ עפֿענען אַן אויסשטעלונג וועגן דער ייִדישער טעאַטראַלער קולטור, וועלכער האָט אַמאָל געבליט אינעם דרום־מיזרחדיקן ראַיאָן פֿון מאַנהעטן ביז די 1950ער יאָרן. די אויסשטעלונג טראָגט דעם נאָמען „ניו־יאָרקער ייִדישער טעאַטער: פֿון באַוערי ביז בראָדוויי‟.

אין דער צווייטער העלפֿט פֿונעם 19טן יאָרהונדערט איז דער דערמאָנטער טייל פֿון מאַנהעטן געוואָרן אַ גרויסער צענטער פֿון ייִדישע אימיגראַנטן, וווּ עס האָט זיך צעבליט אַ רײַכע קולטור־לעבן אויף ייִדיש. אינעם יאָר 1881 האָט באָריס טאָמאַשעפֿסקי — דעמאָלט אַ 12־יאָריק ייִנגל, וועלכער איז שפּעטער געוואָרן איינער פֿון די גרעסטע שטערן אויף דער ייִדישער בינע — אָנגעהויבן זינגען שבת אין אַ מאַנהעטענער שיל. אין גיכן, זײַענדיק נאָך אַלץ אַ קליין קינד, האָט טאָמאַשעפֿסקי אָנגעהויבן אָנפֿירן מיט זײַן אייגענער טעאַטראַלישער טרופּע.

אינעם פּעריאָד פֿון 1890 ביז 1940 האָבן אַ גאַנצער טוץ פּראָפֿעסיאָנעלע ייִדישע טעאַטערס געשפּילט אין מאַנהעטן, ברוקלין און די בראָנקס. הונדערטער אַנדערע טרופּעס האָבן זיך פֿאַרשפּרייט פֿון ניו־יאָרק אין אַנדערע שטעט. דער ייִדישער טעאַטער האָט זיך פֿאַרמאָסטן אין זײַן פּראָפֿעסיאָנעלן ניוואָ און פֿאַרשיידנאַרטיקן רעפּערטואַר מיט די בעסטע שאַפֿונגען פֿונעם בראָדוויי און האָט שטאַרק משפּיע געווען אויף דער אַלגעמיינער אַנטוויקלונג פֿון דער אַמעריקאַנער טעאַטראַלישער קולטור. דער צווייטער עוועניו איז מאַנהעטן איז אַמאָל געווען באַרימט ווי „דער ייִדישער בראָדוויי‟.

טאָמאַשעפֿסקיס טעאַטער האָט געשפּילט פֿאַרשיידענע פּיעסעס — אַפֿילו וואַגנערס אָפּערע „פּאַרסיפֿאַל‟ אויף ייִדיש. הײַנט רופֿט ריכאַרד וואַגנער אַרויס פֿינצטערע אַסאָציאַציעס, ווײַל היטלער האָט באַזונדערס ליב געהאַט דעם דאָזיקן באַרימטן דײַטשישן קאָמפּאָזיטאָר, וועלכער איז טאַקע געווען אַ פֿאַרביסעטער אַנטיסעמיט. וועלכער איז טאַקע געווען אַ פֿאַרביסעטער אַנטיסעמיט. די אויפֿפֿירונג פֿון דער אָפּערע איז איינער פֿון אַ סך בײַשפּילן, וואָס ווײַזן, אַז דער ייִדישער טעאַרטער האָט גובֿר געווען די ראַמען פֿון דער ספּעציפּיש־ייִדישער אוידיטאָריע און זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ גלאָבאַלן פֿענאָמען, הגם שפּילן האָט מען געשפּילט אויף דער ייִדישער שפּראַך כּלערליי איבערגעזעצטע אָדער חידושדיק אַדאַפּטירטע ווערק. אַנדערע בײַשפּילן: שעקספּירס טראַגעדיע „קיניג ליר‟ און הענריק איבסענס פּיעסע „העדאַ גאַבלער‟.

די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער נײַער אויסשטעלונג גיבן איבער, אַז דער ייִדישער טעאַטער, מיטן וועלט־צענטער אינעם דרום־מיזרחדיקן ראַיאָן פֿון מאַנהעטן, האָט צוגעצויגן אַ ריזיקן עולם פֿון 1.5 מיליאָן צוקוקער — ייִדישע אימיגראַנטן פֿון מיזרח־אייראָפּע און זייערע קינדער. אַחוץ די חידושדיקע דראַמעס און מוזיקאַלישע קאָמעדיעס, האָבן אַפֿילו די לינקע ראַדיקאַלן אָפֿט אויסגעדריקט זייערע פּאָטילישע געדאַנקען דורך אַוואַנגאַרד־ספּעקטאַקלען.

דער ניו־יאָרקער טעאַטער איז אַ וויכטיקער טייל פֿון דער אַלגעמיינער שטאָטישער און אַמעריקאַנער געשיכטע. אַ סך ייִדישע אַקטיאָרן, רעזשיסאָרן און דעקאָראַטאָרן האָבן פֿאַרברייטערט זייער טעטיקייט אויף דער ענגליש־שפּראַכיקער בינע און אין „האָליוווּד‟.

די אויסשטעלונג ווערט קורירט דורך עדנה נחשון, אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון טעאַטער און דראַמע אינעם ניו־יאָרקער „ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר‟. די אָרגאַניזאַטאָרן האָבן אויך אַרויסגעגעבן אַ בוך, וואָס טראָגט דעם זעלבן נאָמען: „ניו־יאָרקער ייִדישער טעאַטער: פֿונעם באַוערי ביז בראָדוויי‟. דער מוזיי האָט געשאַפֿן די אויסשטעלונג בשותּפֿות מיט ייִוואָ, דער ייִדישער ביכער־צענטראַלע אין אַמהערסט, און דעם טעאַטער „פֿאָלקסבינע‟. אַ טייל פֿון די עקספּאָנאַטן האָט מנדבֿ געווען די משפּחה פֿונעם באַרימטן טעאַטער־דעקאָראַטאָר באָריס אַהרנסאָן.

דער „מוזיי פֿון דער שטאָט ניו־יאָרק‟, גערינדעט אין 1923 דורך הענרי קאָלינז בראַון, געפֿינט זיך אויפֿן פֿינפֿטן אַוועניו, קענגאיבער דעם מאַנהעטענער צענטראַלן פּאַרק, און איז געווידמעט דער געשיכטע און קולטור פֿון דער שטאָט.