ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published February 03, 2016, issue of February 19, 2016.

די ידיעות פֿון מאָסקווע, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

אינעם צענטער „ספֿר‟ — רעפֿעראַטן וועגן אַלט־ייִדיש, שלום־עליכם און דער ייִדישער שפּראַך

דער צענטער פֿונעם אינטעלעקטועלן ייִדישן לעבן אין מאָסקווע איז די וואָך געוואָרן דער צענטער „ספר‟ — אַ טייל פֿון דער וויסנשאַפֿט־אַקאַדעמיע. ער האָט דורכגעפֿירט אַ יערלעכע קאָנפֿערענץ אין ייִדישע לימודים מיט אַ ברייטן אויסקלײַב פֿון טעמעס: פֿון אַלטע סעמיטישע שפּראַכן ביז מאָדערנעם מדינת־ישׂראל. אין דעם לעצטן טעג פֿון דער קאָנפֿערענץ איז דורכגעפֿירט געוואָרן אַ פּאַנעל, „אַרום ייִדיש‟. דער פֿאָרזיצער, פּראָפֿ׳ וואַלערי דימשיץ, האָט געהאַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן דבֿ־בער לעווינס בוך „10 וואַגאָנען‟; עס זענען געווען רעפֿעראַטן וועגן דער געשיכטע פֿון ייִדישער ליטעראַטור — פֿון אַלט־ייִדיש ביז שלום־עליכמען — און דער ייִדישער שפּראַך.

דער צענטער „ספר‟ איז ממשיך זײַן ווינטער־פּראָגראַם מיט דער ווינטער־שול פֿאַר סטודענטן, אַספּיראַנטן און יונגע געלערנטע: מען פֿאָרט אויף 4 טעג אין מאָסקווער געגנט און לערנט זיך קורצע קורסן בײַ לערערס פֿון ישׂראל, אייראָפּע און רוסלאַנד. דאָס מאָל איז די טעמע פֿון דער שול „מיגראַציעס‟ — פֿון גלות־בבֿל ביז ייִדישע מיגראַציעס אין דער צײַט פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה.

איינער פֿון די געלערנטע, וואָס איז געקומען אויף דער קאָנפֿערענץ און דער ווינטער־שול — ד״ר זאב חנין, אַ ישׂראלדיקער פּאָליטאָלאָג [פּאָליטישער וויסנשאַפֿטלער] און דער וויסנשאַפֿטלעכער בעל־יועץ פֿון אַבסאָרבציע־מיניסטעריום, האָט געהאַלטן אַן אָפֿענעם רעפֿעראַט אינעם קולטור־צענטער בײַ דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדע. די טעמע איז געווען „די ישׂראלדיקע געזעלשאַפֿט צווישן די צוויי ־איזמען: מולטיקולטוראַליזם און נאַציאָנאַליזם‟. ס׳איז געקומען צו דער לעקציע אַ גרויסער עולם.