חכמות וועגן דער מענטשהייט (צווייטער טייל)

Clever Sayings About Mankind (Part II)

Yehuda Blum

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published February 04, 2016, issue of February 19, 2016.

אין מײַן פֿריִערדיקן אַרטיקל האָב איך איבערגעגעבן די געקליבענע ווערטלעך פֿון ייִדישע און נישט־ייִדישע פֿילאָסאָפֿן. אָט האָט איר נאָך בײַשפּילן פֿון זייער קלוגשאַפֿט:

מאָהאַטמאַ גאַנדי (1869—1948) „דער פֿאָטער פֿון אינדיע‟, איז בײַם געבוירן ווערן אַרײַנגעפֿאַלן אין דער „געשעפֿט־קאַסטע‟. צו 13 האָט מען אים שוין חתונה געמאַכט דורך אַן אַראַנזשירטן שידוך; בעת־מעשה איז ער געוואָרן אַ טאַטע פֿון פֿיר זין. זײַן ציל אין לעבן איז געווען אויסצוהיטן זיך פֿון באַשעדיקן לעבעדיקע באַשעפֿענישן. ער האָט געפּרעדיקט: „פֿאַר אַ מענטש מיט אַ ליידיקן מאָגן איז דער ביסן — גאָט.‟ דאָס הייסט, אַז ווען מען איז הונגעריק, איז גאָט אַ לוקסוס בלויז פֿאַר די זאַטע.

און נאָך איינס פֿון גאַנדיס חכמות: „אַן אויג פֿאַר אַן אויג ברענגט דערצו, אַז די גאַנצע וועלט וועט מיט דער צײַט ווערן בלינד.‟

טאָמאַס פּיין (1737—1809), אַ זשורנאַליסט, עסײיִסט און דערפֿינדער, איז געבוירן געוואָרן אין ענגלאַנד און האָט אין 1774 זיך באַזעצט אין אַמעריקע. זײַן שׂכל־הישר האָט געווירקט אויף דער אַמעריקאַנער רעוואָלוציע און געהאָלפֿן בײַם צונויפֿשטעלן די „דעקלאַראַציע פֿון אומאָפּהענגיקייט‟. ער האָט אויך געדרוקט זײַן פּאַמפֿלעט „די תּקופֿה פֿון שׂכל־הישר‟, וווּ ער האָט געפּרעדיקט מענטשנרעכט, רעליגיע און די ווירקונג פֿון דער געזעלשאַפֿט. צווישן זײַנע שריפֿטן געפֿינט מען אַזאַ זאָג: „דער גלויבן אין אַ שלעכטן גאָט פֿאַרוואַנדלט דעם בן־אדם אין אַ שלעכטן מענטש.‟ דאָס הייסט, אַז גוטס און שלעכטס שטעקט נישט אין גאָט, נאָר אין מענטש.

פּלאַטאָן — פֿאַרצײַטיקער גריכישער פֿילאָסאָף, תּלמיד פֿון סאָקראַטן און לערער פֿון אַריסטאָטלען (געבוירן 428 פֿאַר אונדזער צײַט־רעכענונג, געשטאָרבן אין אַטען, אין 348). ער האָט געפּרעדיקט יושר און גערעכטיקייט, עסטעטיק, גלײַכהייט, פּאָליטישע פֿילאָסאָפֿיע, טעאָלאָגיע, קאָסמאָלאָגיע און די פֿילאָסאָפֿיע פֿון שפּראַך. ער האָט איבערגעלאָזט נאַך זיך אַ גרויסע השפּעה אויף אונדזער מערבֿדיקער וועלט. ער האָט געטענהט נאָך אין יענע צײַטן: „דאָס האָט געמוזט זײַן אַ קלוגער מענטש, וואָס האָט באַשאַפֿן גאָט.‟