אַ ייִדישער דיעטע־ספֿר אויף פּויליש, נאָך 400 יאָר

Yiddish Diet Book in Polish, After 400 Years


פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published February 05, 2016, issue of March 04, 2016.

נישט לאַנג צוריק, האָט דער וואַרשעווער „מוזיי פֿונעם קיניג יאַן דעם דריטן‟ אַרויסגעגעבן אַ פּוילישע איבערזעצונג פֿונעם ייִדישן רפֿואה־בוך „ספֿר דרך עץ־החיים‟, ווי אַ טייל פֿון דער ביכער־סעריע „פּוילישע קולינאַרישע דענקמעלער‟.

פּראָפֿ׳ עוואַ געלער, די איבערזעצערין, רעדאַקטאָרין און די מחברטע פֿון דער הקדמה, איז אַ ייִדיש־פֿאָרשערין פֿונעם וואַרשעווער אוניווערסיטעט. אין אירע פֿאָרשונגען קאָנצענטרירט זי זיך אויף די סלאַווישע פֿאַרבינדונגען מיט די מיזרח־אייראָפּעיִשע דיאַלעקטן פֿון אונדזער שפּראַך. דעם 23סטן יאַנואַר איז די מחברטע אויפֿגעטראָטן מיט אַ 40־מינוטיקן שמועס אויף דער גרעסטער פּריוואַטער ראַדיאָ־סטאַנציע אין פּוילן, TOK FM. די פּוילישע אַסאָציאַציע פֿון ייִדיש־שטודיעס פּלאַנירט איצט דורכצופֿירן אַ ספּעציעלן סעמינאַר וועגן דעם ספֿר.

אין פֿאַרגלײַך מיט ס׳רובֿ אַקאַדעמישע אויסגאַבעס, איז דאָס נײַע בוך באַגלייט מיט צענדליקער וווּנדער־שיינע קאָליריקע אילוסטראַציעס, אַרײַנגערעכנט עטלעכע זײַטן פֿונעם ייִדישן אָריגינאַל; בײַשפּילן פֿון אַנדערע פּאָפּולערע מעדיצינישע ווערק פֿון דער תּקופֿה, ווען דער ספֿר איז אָנגעשריבן געוואָרן; קונסט־ווערק און פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון כּלערליי חפֿצים; וואָס באַקענען דעם לייענער מיטן ייִדישן און קריסטלעכן לעבן אין פּוילן מיט 400 יאָר צוריק; און סתּם פּרעכטיקע בילדער פֿון פֿאַרשיידענע מאכלים, וואָס געפֿינען זיך אין דער קאָלעקציע פֿונעם דערמאָנטן מוזיי.

ווי אַן אַקאַדעמישע אויסגאַבע, איז דאָס בוך באַגלייט מיט אַ לאַנגער און אינטערעסאַנטער היסטאָרישער הקדמה, פֿוסנאָטן און פּרטימדיקע מראי־מקומות. עס האָט זיך אײַנגעגעבן צו שאַפֿן אַ געראָטענע קאָמבינאַציע פֿון אַן ערנסטער וויסנשאַפֿטלעכער פֿאָרשונג, אַ שיינער קינסטלערישער אויסגאַבע און אַ באַלערנדיק ווערק וועגן אַ וויכטיקן קאַפּיטל אין דער פּוילישער און ייִדישער געשיכטע.

דער אָריגינעלער ספֿר „דרך עץ החיים‟ שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ גרויסע סענסאַציע אינעם געביט פֿון ייִדיש־פֿאָרשונגען. אין זײַן מאָנאָגראַפֿיע וועגן דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער שפּראַך, האָט מאַקס ווײַנרײַך פֿאָרגעלייגט אַ סכעמע, לויט וועלכער די מאָדערנע פֿאָרעם פֿון ייִדיש, באַגרינדעט אויף די מיזרח־אייראָפּעיִשע דיאַלעקטן, איז אויפֿגעקומען בערך אינעם יאָר 1750. אין דער פֿריִערדיקער תּקופֿה, איז אַפֿילו בײַ די ליטווישע און פּוילישע מחברים געווען אָנגענומען דער אַלטמאָדישער מערבֿדיקער ייִדיש, וואָס האָט זיך ממשותדיק אונטערגעשיידט פֿון דער גערעדטער שפּראַך.

דער ווינער ייִדיש־פֿאָרשער טאָמאַס סאָקסבערגער האָט מיט עטלעכע יאָר צוריק אַנטדעקט גאָר אַן אינטערעסאַנט מעדיציניש בוך אויף ייִדיש, מיטן נאָמען „דרך עץ החיים‟, וואָס אַן אַנאָנימער פּויליש־ייִדישער דאָקטער, וועלכער האָט שטודירט מעדיצין אין פּאַדווע, איטאַליע, האָט אַרויסגעגעבן אינעם יאָר 1613. דער איינציקער עקזעמפּלאַר פֿונעם דאָזיקן בוך, אויף וויפֿל מע ווייסט, געפֿינט זיך איצט אין דער ווינער עסטרײַכישער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק.

ווען עוואַ געלער, די מחברטע פֿון דער נײַער קינסטלעריש־אַקאַדעמישער אויסגאַבע, איז געווויר געוואָרן וועגן דעם אַנטדעקטן ספֿר, האָט זי באַמערקט, אַז דער מחבר באַנוצט זיך מיט אַ שפּראַך, וואָס קלינגט אַ סך נעענטער צום הײַנטיקן פּוילישן ייִדיש, אין פֿאַרגלײַך מיט אַלע אַנדערע באַקאַנטע ייִדישע ביכער פֿון זײַן תּקופֿה. צוליב דער דאָזיקער אַנטדעקונג, מעג מען זאָגן, אַז די תּקופֿה פֿונעם געשריבענעם מאָדערנעם ייִדיש אין ווײַנרײַכס סכעמע דאַרף מען אָפּרוקן אויף היפּשע 150 יאָר פֿריִער, הגם „דרך עץ החיים‟ קאָן זײַן אַ יחיד־במינו.

דער אַנאָנימער מחבר דערקלערט אין זײַן הקדמה, אַז ער שרײַבט „בלשון־אַשכּנז, דאָס דער גאַנצער עולם קאָן לייענען‟. די דאָזיקע פֿראַזע דעמאָנסטרירט, אַז ער האָט געמיינט צו שאַפֿן אַ פּאָפּולער בוך און דערפֿאַר געשריבן אויף אַ פֿאַרשטענדלעכן אופֿן, נאָענט צו דער אומגאַנג־שפּראַך פֿון זײַן צײַט. פֿאַר די ייִדיש־פֿאָרשער איז זײַן ווערק אַ גוואַלדיקער אוצר.

אין איר הקדמה צו דער פּוילישער איבערזעצונג, באַמערקט די מחברטע, אַז דער לינגוויסטישער אַספּעקט פֿונעם ספֿר פֿאָדערט אַ באַזונדערן פּרטימדיקן אַנאַליז. די ספּעציפֿישע שפּראַכלעכע ענינים האָט זי געווידמעט בלויז אַ פּאָר זײַטלעך. אין דער איצטיקער אויסגאַבע פֿאָקוסירט זיך די פּראָפֿעסאָרין אויף דער געשיכטע פֿון דער אַלטער מעדיצין, באַגרינדעט אויף די טעאָריעס פֿונעם גריכישן פֿילאָסאָף גאַלען, און אויף דער אַנטוויקלונג פֿון די מעדיצינישע ספֿרים בײַ ייִדן. זי באַקענט די לייענער מיט אַזעלכע באַרימטע ייִדישע דאָקטוירים פֿון אַמאָל, ווי דער רמב״ם און יוסף דעלמעדיגאָ.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.