ייִדישע ביכער־סעריעס אין פּעטערבורג

Yiddish Book Series in Saint Petersburg

ביכער פֿון דער נײַער אויסשטעלונג
ביכער פֿון דער נײַער אויסשטעלונג

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published February 09, 2016, issue of March 04, 2016.

אין דער רוסלענדישער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק, וואָס געפֿינט זיך אין פּעטערבורג, ווערט איצט דורכגעפֿירט די לעצטע אויסשטעלונג אין דער סעריע עקספּאָזיציעס פֿון פֿאַרשיידענע ביכער אויף ייִדיש.

וועראַ קנאָרינג, וועלכע פֿירט אָן מיטן ייִדישן אָפּטייל פֿון דער ביבליאָטעק, האָט דערקלערט וועגן דער נײַער סעריע פֿון זעלטענע באַלערנדיקע אויסגאַבעס. די הײַנטיקע אויסשטעלונג איז געווידמעט כּלעריי ביכער־סעריעס, פֿון קאָנאַן־דוילס מעשׂיות וועגן שערלאָק האָלמס ביז סאָציאַליסטישע אַגיטאַציע־בראָשורן און טעאַטער־פּיעסעס.

ווען אַ פֿאַרלאַג גרייט צו אַ ביכער־סעריע, באַשטימט מען, געוויינטעך, אַ געוויסן אַלגעמיינעם פּרינציפּ, לויט וועלכן די בענדער ווערן אויסגעקליבן. ווען אַזעלכע זאַמלונגען הייבן אָן אַרויסצוגיין אויף אַ געוויסער שפּראַך, איז עס אַ סימן, אַז די נאַציאָנאַלע ליטעראַטור האָט דערגרייכט אַ הויכע מדרגה אי אין כּמות, אי אין איכות. כּדי אַ פֿיל־בענדיקע ביכער־סעריע זאָל ווערן אַ געראָטענע סחורה, מוז זי אויך צוציִען אַ גענוג ברייטן שיכט לייענער. דערצו, דאַרפֿן די פֿאַרלעגער זיך פֿילן זיכער, אַז אין עטלעכע יאָר נאָכן אַרויסגעבן דעם ערשטן באַנד אין דער סעריע וועט דער עקאָנאָמישער מצבֿ אינעם לאַנד בלײַבן גענוג סטאַביל, און אַז אַפֿילו בעת אַ מעגלעכן עקאָנאָמישן קריזיס וועלן בלײַבן געטרײַע קונים, פֿאַראינטערעסירט אין די נײַע טיילן פֿון דער סעריע.

די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער נײַער אויסשטעלונג האָבן אויסגעקליבן אַ רעפּרעזענטאַטיווע זאַמלונג פֿון עקספּאָנאַטן. אינעם 19טן יאָרהונדערט איז וואַרשע געווען אַ גרויסער וועלט־צענטער פֿון ייִדישע דורקערײַען, וווּ אַ צאָל געשעפֿסט־לײַט האָבן באַשלאָסן אַרויסצוגעבן פּאָפּולערע סעריעס ביכער פֿאַר גאַנצע משפּחות. אין גיכן, האָבן די פֿאַרלעגער פֿאַרשטאַנען, אַז אויפֿן זעלבן אופֿן קאָן מען פֿאַרשפּרייטן פֿאַרשיידענע פּאָליטישע און געזעלשאַפֿטלעכע געדאַנקען. עס האָבן זיך באַוויזן ספּעציעלע ייִדישע ביכער־סעריעס פֿאַר קינדער, און ציוניסטישע פֿיל־בענדיקע אויסגאַבעס האָבן אָנגעהויבן קאָנקורירן מיט די סאָציאַליסטישע. אין די קינדער־סעריעס האָבן די פֿאַרלעגער זיך פֿאָקוסירן אויף די ביכער, וואָס קאָנען דינען ווי גוטע דערציִונג־מאַטעריאַלן.