ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published February 10, 2016, issue of March 04, 2016.

די ידיעות פֿון מאָסקווע, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

פּראָיעקט „אשכּולות‟: פֿאַרבינדונג צווישן ירושלים און קאַווקאַז

יאַנאַ טשעכאַנאָוועץ
Simon Parizhsky
יאַנאַ טשעכאַנאָוועץ

אין מאָסקווע האָט זיך געענדיקט די ווינטער־פּראָגראַם פֿונעם צענטער „ספֿר‟. די אָנטיילנעמער זענען געפֿאָרן אין אַ דאָרף לעבן מאָסקווע און דאָרטן האָבן זיי געקענט הערן רעפֿעראַטן פֿון די רוסלענדישע און ישׂראלדיקע פּראָפֿעסאָרן, ווי אויך האָבן עטנאָגראַפֿישע פּראַקטיק — באַאַרבעטן דעם אַרכיוו פֿון עקספּעדיציעס בײַם צענטער „ספֿר‟’.

איצטער פֿאַרנעמט דאָס צענטראַלע אָרט אינעם מאָסקווער ייִדישן אינטעלעקטועלן לעבן דער פּראָיעקט „אשכּולות‟. די וואָך האָט „אשכּולות‟ אָרגאַניזירט צוויי באַגעגענישן נאָכאַנאַנד, געווידמעט דער פֿאַרבינדונג צווישן ירושלים און קאַווקאַז.

דעם 8טן פֿעברואַר איז פֿאָרגעקומען די ערשטע אונטערנעמונג אויף דער טעמע „ירושלים און גרוזיע‟. די היסטאָריקערין און אַרכעאָלאָגין פֿון ישׂראל, יאַנאַ טשעכאַנאָוועץ, האָט פֿאָרגעשטעלט די רעזולטאַטן פֿון אירע פֿאָרשונגען און עקספּעדיציעס אַרום די גרוזינישע קלויסטערס און מאָנאַסטירן, מאָנאַכן און פּיליגרימען, און געוועזענע גרוזינישע מיליטערישע כּוחות אינעם הייליקן לאַנד. דער היסטאָריקער אַנדריי ווינאָגראַדאָוו פֿון מאָסקווע האָט דערציילט וועגן דער אָפּשפּיגלונג פֿון ארץ־ישׂראל, ירושלים און ציון אין דער גרוזינישער קונסט, אַרכיטעקטור און טאָפּאָנימיק.

דעם 9טן פֿעברואַר איז די רייד געגאַנגען וועגן אַרמעניע. יאַנאַ טשעכאַנאָוועץ האָט דערציילט וועגן דער געשיכטע פֿון דער אַרמענישער קהילה אין ישׂראל און דעם אַרמענישן קוואַרטאַל אינעם אַלטן טייל פֿון ירושלים. דער קונסט־פֿאָרשער אַרמען קאַזאַריאַן האָט געהאַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן דער געשטאַלט פֿון דעם ערדישן און דעם הימלישן ירושלים אין דער אַרמענישער אַרכיטעקטור.