דער סטערעאָטיפּ פֿון אייראָפּע

The Stereotype of Europe

אַ גרופּע דעמאָנסטראַנטן מיט יאַרמלקעס, כּדי אַרויסצוּווײַזן סאָלידאַריטעט מיט די ייִדן אין פֿראַנקרײַך, דעם 19טן יאַנואַר, מאַרסיי
Getty Images
אַ גרופּע דעמאָנסטראַנטן מיט יאַרמלקעס, כּדי אַרויסצוּווײַזן סאָלידאַריטעט מיט די ייִדן אין פֿראַנקרײַך, דעם 19טן יאַנואַר, מאַרסיי

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published February 12, 2016, issue of March 04, 2016.

אַ מאָדנע זאַך באַמערק איך, דהײַנו: ישׂראלים און אַמעריקאַנער ייִדן, בפֿרט די רוסיש־רעדנדיקע, האָבן פֿײַנט אייראָפּע. נאָך מער: זיי זײַנען זיכער, אַז אייראָפּע קען זיי ניט פֿאַרטראָגן. דער דאָזיקער טיפֿער געדאַנק ווערט דערוואַרעמט דורך דער מעדיאַ, און די רוסיש־שפּראַכיקע צײַטונגען, טעלעוויזיע און ראַדיאָ זײַנען באַזונדערס אַקטיוו אין אָט דער קאַמפּאַניע. אין דרוק און בעל־פּה טראָגט זיך איבער דער וועלט די בשׂורה וועגן דער אַנטיסעמיטישער אייראָפּע. אויף וויפֿל איז עס באַרעכטיקט?

קודם־כּל, חידושט מיך אַלע מאָל די נטיה, וואָס איז פֿאַרשפּרייט בײַ ייִדן, צו שאַפֿן סטערעאָטיפּן און גלייבן אין זיי. גלײַך ווי מע פֿאַרגעסט, אַז אויף זיי — אויף אונדז — קוקט מען סטערעאָטיפּיש. דער רוסישער ייִד האָט שוין, אַ פּנים, פֿאַרגעסן, אַז זײַן וועג אין אַן אוניווערסיטעט צי אויף אַן אַרבעט איז געווען פֿאַרמאַכט, בדרך־כּלל, ניט ווײַל ער איז געווען ר’ ישׂראל, נאָר ווײַל ער האָט געהערט צום כּלל־ישׂראל, דאָס הייסט, צו אַ סטערעאָטיפּ; אָבער דער זעלבער ייִד איז איצט גרייט צו רעדן אין אַלגעמיין וועגן אַלע פֿראַנצויזן, דײַטשן צי פּשוט אייראָפּעער.

איך בין זיכער, אַז ווען עמעצער פֿאַרפֿירט די רייד וועגן אייראָפּע בכלל, אַנטפּלעקט ער/זי דעם פֿאַקט פֿון קענען זייער ווייניק צי פּשוט גאָרנישט וועגן דעם דאָזיקן געאָגראַפֿיש־פּאָליטישן שטח און די מענטשן, וואָס אים באַפֿעלקערן. ווי אַזוי קען מען אַרײַנוואַרפֿן אין דעם זעלבן טעפּל די דײַטשן, די ענגלענדער, די טשעכן וכ’ — צענדליקער פֿעלקער — און רעדן וועגן זיי, גלײַך ווי זיי ווערן פֿאָרגעשטעלט דורך איין „דורכשניטלעכער‟ באַשעפֿעניש, און גלייבן באמונה־שלמה, אַז דווקא אָט די דורכשניטלעכע אייראָפּעיִשע באַשעפֿעניש האָט די ייִדן בכלל און אים/זי פּערזענלעך פֿײַנט? און מע טענהט עס אָן שום דערפֿאַרונג פֿון האָבן מגא־ומשׂא מיט לכל־הפּחות איין „אייראָפּעער‟, אַ חוץ, אפֿשר, דעם שאָפֿער פֿון אַ טוריסטישן טור.

צו מאָל נעמט אָן דער גאַנצער ענין ממש קאָמישע פֿאָרמען, ווי אַ שטייגער, ווען וולאַדימיר פּוטין האָט פֿאַרבעטן די איבערגעשראָקענע אייראָפּעיִשע ייִדן זיך אַריבערפּעקלען קיין רוסלאַנד; און אָט די באַמערקונג האָט אונטערגעכאַפּט דער גובערנאַטאָר פֿון ביראָבידזשאַן, אַלכּסנדר לעווינטאַל הייסט ער, און פֿאַרזיכערט אַלעמען, אַז די ייִדישע אויטאָנאָמע געגנט וועט זײַן צופֿרידן אויפֿצונעמען פּלטים פֿון אייראָפּע. אמת, דערווײַל האָב איך ניט געזען אין די נײַעס עמעצער זאָל זיך אָפּרופֿן אויף אָט דער רייצנדיקער פֿאַרבעטונג און זיך שטעלן אין אַ ריי בײַ די רוסישע אַמבאַסאַדעס.