נײַעס פֿון מעלבורן

News from Melbourne

פֿון שׂרה זילבערמאַן

Published February 16, 2016, issue of March 04, 2016.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

װעראַ דאַנאָס
Peter Haskin
װעראַ דאַנאָס

די פֿרױ װעראַ דאַנאָס, װאָס װױנט אין מעלבורן זינט דעצעמבער, 1950, איז צווישן אַ גרופּע פֿון 14 שארית־הפּליטניקעס, װאָס לאַדט די אונגאַרישע רעגירונג אין אַן אַמעריקאַנער געריכט. זײ זאָגן, אַז די אונגאַרישע רעגירונג פֿון די 1940ער יאָרן האָט קאָלאַבאָרירט מיט די נאַציס, אױסצומאָרדן דאָס אונגאַרישע ייִדנטום און צו נעמען פֿאַר זיך זײַן האָב־און־גוטס. זײ טענהן אױך, אַז די באַנען, װעלכע האָבן געפֿירט די אונגאַרישע ייִדן אין די טױט־לאַגערן, האָבן געהערט צו דער אונגאַרישער רעגירונג פֿון יענער צײַט.

װעראַ איז געבױרן געװאָרן מיט 89 יאָר צוריק אין דער אונגאַרישער שטאָט מישקאָלץ, װוּ זי האָט געלעבט מיט אירע עלטערן, דרײַ ברידער און אײן שװעסטער ביז די נאַציס זײַנען אָנגעקומען אין אונגאַרן. די אונגאַרישע רעגירונג האָט צוגענומען דעם טאַטנס װײַן־געשעפֿט אין 1943, און די אונגאַרישע פּאָליצײ האָט צוגענומען זײער הײם און פֿאַרמעגן אין מײַ 1944.

די משפּחה איז, צו ערשט, אַרײַן אין געטאָ און דערנאָך אין אױשװיץ. װעראַ און איר עלטערע שװעסטער זײַנען פֿאַרשיקט געװאָרן אין אַ לאַגער אין בערלין, פֿון פּױלן, אין 1944. זײ האָבן געאַרבעט אין אַן עראָפּלאַן־פֿאַבריק לעבן דעם לאַגער 12 חדשים, ביזן סוף פֿון דער מלחמה. זײ בײדע האָבן איבערגעלעבט, אין אײנעם מיטן עלטערן ברודער, װאָס האָט דורכגעמאַכט אױשװיץ און איז אומגעקומען בעת ישׂראלס אומאָפּהענגיקײט־מלחמה אין 1948. װעראַ האָט חתונה געהאַט מיט ראָבערט דאַנאָס אין אונגאַרן אין פֿעברואַר, 1946. אירע צװײ זין זײַנען דערצױגן געװאָרן אין מעלבורן.

פֿרױ דאַנאָס זאָגט, אַז זי האָט נישט באַקומען קײן קאָמפּענסאַציע פֿון דער אונגאַרישער רעגירונג ביז אַהער, כאָטש „זײ קענען מיר נישט באַצאָלן פֿאַר אַלץ, װאָס איך האָב אָנגעװוירן“.

נײַע אַפּליקאַציע פֿאַר מעלבורן און סידנעי

אַ נײַע אַפּליקאַציע באַדינט ייִדן און אַנדערע אין מעלבורן און אין סידנעי, װעלכע װילן זיך דערװיסן װעגן ייִדישע אונטערנעמונגען אין די צװײ שטעט, װוּ עס װױנט די מערהײט ייִדן אין אױסטראַליע. 200 מענטשן האָבן זיך באַנוצט מיט דער אַפּליקאַציע, װאָס הײסט, „טרײַב“ (שבֿט), גלײַך דעם ערשטן טאָג. 40 אונטערנעמונגען װערן שױן געמאָלדן אױף דער אַפּליקאַציע.