ליובאַוויטשער רבי שרײַבט צו סאַנדערס

Lubavitcher Rebbe Writes To Sanders

די קאָרעספּאָנדענץ צווישן בערני סאַנדערס און דעם ליובאַוויטשער רבין
די קאָרעספּאָנדענץ צווישן בערני סאַנדערס און דעם ליובאַוויטשער רבין

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published February 17, 2016, issue of March 04, 2016.

דעם 10טן פֿעברואַר זענען אויף דער וועבזײַט http://chabad.org פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אינטערעסאַנטע דאָקומענטן פֿון דער קאָרעספּאָנדענץ צווישן דעם ליובאַוויטשער רבין און בערני סאַנדערס, דער הײַנטיקער אַמעריקאַנער דעמאָקראַטישער פּרעזידענט־קאַנדידאַט.

אינעם יאָר 1978 האָט דער אַמעריאַנער קאָנגרעס אָנערקענט דעם 11טן טאָג אינעם ייִדישן חודש ניסן ווי דעם יערלעכן „טאָג פֿון בילדונג‟, לכּבֿוד דער טעטיקייט פֿונעם ליובאַוויטשער רבי, וועלכער האָט געעפֿנט אַ נעץ „בתּי־חב״ד‟, כּדי צו פֿאַרשפּרייטן רוחניותדיקע ווערטן צווישן ייִדן און נישט־ייִדן. דער פּרעזידענט דזשימי קאַרטער האָט דעמאָלט אײַנגעפֿירט דעם נײַעם אָנדענק־טאָג און באַדאַנקט די ליובאַוויטשער חסידים פֿאַר זייער טעטיקייט אינעם לאַנד.

די שפּעטערדיקע פּרעזידענטן האָבן אין זייערע אָפֿיציעלע פּראָקלאַמאַציעס ווײַטער באַטאָנט די וויכטיקייט פֿונעם דאָזיקן טאָג. למשל, באַראַק אָבאַמאַ האָט אינעם יאָר 2009 דערקלערט, אַז הרבֿ מנחם־מענדל שניאורסאָן, דער ליובאַוויטשער רבי, איז געווען צווישן די איינציקע זעלטענע פּערזענלעכקייטן, וואָס האָבן מיט אַזאַ דערפֿאָלג געשטעלט דעם טראָפּ אויף בילדונג און גוטע מידות.

דעם 12טן אַפּריל, 1983, האָט בערני סאַנדערס, וועלכער האָט דעמאָלט געדינט ווי דער מעיאָר פֿון דער שטאָט בערלינגטאָן, שטאַט ווערמאָנט, אָפֿיציעל אָנערקענט „יוד־אַלף ניסן‟, ווי ער טראַנסקריבירט די דאָזיקע דאַטע מיט ענגלישע אותיות, ווי דעם אָפֿיציעלן בילדונג־טאָג אין זײַן שטאָט. דער מעיאָר האָט באַדאַנקט דעם ליובאַוויטשער רבין פֿאַר „דעמאָקראַטיזאַציע פֿון בילדונג‟ און „אומדערמידלעכער טעטיקייט‟ לטובֿת קינדער, פֿרויען, זקנים און אָרעמע־לײַט. דער בריוו מיטן אָפֿיציעלן שטעמפּל פֿונעם מעיאָרס ביוראָ געפֿינט זיך איצט אין דער ביבליאָטעק פֿונעם ווערמאָנט־אוניווערסיטעט.

אינגיכן נאָך דעם, ל״ג־בעומר, האָט דער ליובאַוויטשער רבי באַדאַנקט סאַנדערסן פֿאַר דער דאָזיקער איניציאַטיוו און געגעבן אים אַ ברכה, ווינטשדיק הצלחה אין זײַן „וויכטיקער און אַחריותדיקער פּאָזיציע‟, בגשמיות און ברוחניות. מיט צוויי יאָר שפּעטער, אין 1985, האָט סאַנדערס אונטערגעשריבן אַ צווייטן בריוו, איבערחזרנדיק פּונקט די זעלבע ווערטער און דערקלערנדיק דעם 11טן ניסן ווידער ווי דעם „בילדונג־טאָג‟.