ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס וועגן שטראַסבורגער ייִדישן זומער־קורס

Notice from Buenos Aires about the Strasbourg Yiddish Summer Program

אַניק מאַרגוליס־פּרים פֿירט דעם ייִדיש־לימוד
אַניק מאַרגוליס־פּרים פֿירט דעם ייִדיש־לימוד

פֿון רפֿאל גאָלדוואַסער

Published February 17, 2016, issue of March 04, 2016.

דער מחבר פֿון די פּאָר שורות געפֿינט זיך אין דעם מאָמענט אין בוענאָס־אײַרעס, וווּ ער האָט זיך געטראָפֿן מיט יונגע סטודענטן, וואָס ווילן אָנטייל נעמען אינעם קומענדיקן ייִדישן זומער־קורס, וואָס ווערט אָרגאַניזירט אין שטראַסבורג.

אויך די בראַזיליאַנער סטודענטן און סטודענטקעס אינטערעסירן זיך אין אונדזער זומער־קורס, ווי אויך איין אָדער צוויי מעקסיקאַנער.

ס׳זעט אויס אַז הײַיאָר וועט דער קורס באַקומען אַ דרום־אַמעריקאַנער טעם, ריח און קאָליר. מיר האָפֿן אַז נישט ווייניק סטודענטן און סטודענטקעס פֿון די מיזרח־אייראָפּעיִשע לענדער וועלן זיך אויך ווענדן צו אונדז, כּדי צו באַקומען סטיפּענדיעס.

מיר ווילן דערמאָנען די פֿאַראינטערעסירטע, וואָס האָבן שוין רעזערווירט צימערן אינעם לאָקאַל פֿונעם „קאַפּ־אייראָפּע‟, וווּ מע וועט זיך לערנען (ער געפֿינט זיך אינעם האַרץ פֿון דער שטאָט שטראַסבורג); אַז דעם 20סטן מאַרץ וועט מען דאַרפֿן באַצאָלן אַן ערך 20% פֿונעם דירה־געלט, אויב מע וויל ווײַטער רעזערווירן.

פֿיר לערערקעס פֿאַר די פֿיר מדרגות וועלן בײַ אונדז לערנען — פֿון אָנהייבערס ביז גאָר אַוואַנסירטע — קאַראָלינאַ שינאַניאַק, אַגי לעגוטקאָ, נאַטאַליע קריניצקאַ און שרון בר־כּוכבֿא.

אין די נאָכמיטאָגן וועלן זײַן וואַרשטאַטן פֿון קלעזמער־מוזיק, קלעזמער־טענץ און ייִדיש געזאַנג.

און אַחוץ דעם, קאָנפֿערענצן, קאָנצערטן, שפּאַצירן אין שטראַסבורג און אין עלזאַסער געגנט, און שׂימחות און פֿרייד — אַלץ אויף ייִדיש. פֿאַרפֿעלט נישט!