ייִדישע שעפֿערישקײט — נײַע אױסטײַטשונגען

New Interpretations of Jewish Creativity in America

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published February 18, 2016, issue of March 04, 2016.

די נײַע „געשיכטע פֿון דער ייִדישער אַמעריקאַנער ליטעראַטור‟, װאָס איז אַרױס אינעם פֿאַרלאַג פֿונעם קעמברידזשער אוניװערסיטעט, איז אַ װאָגיקער בײַטראָג אינעם אַלטן װיכּוח אַרום דער פֿראַגע, װאָס איז אַזױנס אַ „ייִדישע‟ ליטעראַטור אױף אַ ניט־ייִדישער שפּראַך. דער דאָזיקער באַנד, װאָס איז כּולל 31 קאַפּיטלען און העכער 700 זײַטן, באַהאַנדלט דעם פֿענאָמען פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין אַמעריקע פֿון פֿאַרשידענע זײַטן: היסטאָרישע, טעמאַטישע, אידעיִשע, זשאַנערישע. דאָס בוך לאָזט זיך לײענען אי גאַנצערהייט, פֿונעם ערשטן ביזן לעצטן קאַפּיטל, אי לאַחדים, יעדער קאַפּיטל באַזונדער.

װאָס זשע אַזױנס איז די „ייִדישע אַמעריקאַנער ליטעראַטור‟? די רעדאַקטאָרין פֿונעם באַנד, פּראָפֿעסאָר פֿונעם תּל־אָבֿיבֿער אוניװערסיטעט חנה װירט־נשר גיט ניט קײן קלאָרע דעפֿיניציע פֿונעם דאָזיקן פֿענאָמען. אין דער הקדמה קריטיקירט זי די טענדענץ צו „מעסטן‟ דעם אינהאַלט פֿון „ייִדישקײט‟ און דעם גראַד פֿון „אַמעריקאַנישקײט‟ אין אַ ליטעראַריש װערק װי אַ קריטעריע פֿאַר אַרײַננעמען עס אינעם ליטעראַרישן קאַנאָן. אַנשטאָט דעם האַלט זי, אַז אָט די בײדע קאַטעגאָריעס זײַנען „קעגנזײַטיק קאָנסטרוקטיװ‟ און געפֿינען זיך אין אַ כּסדרדיקן דיאַלאָג און קעגנזײַטיקער װירקונג. אַזױ אַרום באַטראַכט יעדער קאַפּיטל סײַ דעם „ייִדישן‟ און סײַ דעם „אַמעריקאַנישן‟ אַספּעקט פֿון אַ געװיסן סעגמענט פֿונעם ברײטערן קולטורעלן פֿענאָמען, בעת זײַנע גענױע גרענעצן בלײַבן פֿליסיק און אָפֿן.

לרובֿ באַהאַנדלען די מחברים די ענגליש־שפּראַכיקע ליטעראַרישע װערק, און עטלעכע ספּעציעלע קאַפּיטלען זײַנען געװידמעט די ליטעראַטורן אױף ייִדיש, העברעיִש און לאַדינאָ. אַזױ אַרום װערן די דרײַ ייִדישע שפּראַכן אינטעגרירט אינעם אַלגעמײנעם היסטאָריש־טעמאַטישן גערעם. אַ װיכטיקער חידוש און אַ גרױסע מעלה פֿונעם דאָזיקן באַנד באַשטײט אין דעם, װאָס אַ היפּשע צאָל מחברים פֿון די „ענגלישע‟ מחברים, אַזעלכע װי הנה נאָריך, מאַרק קאַפּלאַן, נעמה סאַנדראָװ, רבֿקה מאַרגאָליס, דזשוליאַן לעװינסאָן, קעטרין העלערסטײן, רחל רובינשטײן, עדנה נחשון, דזשאָש לאַמבערט, װי אױך חנה װירט–נשר, זײַנען אױך מומחים אױף ייִדיש, און דערפֿאַר ברענגען זײ אַרײַן אַ פֿאַרגלײַכיקע פּערספּעקטיװ אין זײערע חקירות. דאָס שפּיגלט אָפּ דעם װוּקס פֿון אינטערעס צו ייִדיש אין די אַקאַדעמישע לימודים פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער קולטור.