11% פֿון די פּאַלעסטינער־טעראָריסטן זענען פֿרויען

11% of Palestinian Terrorists are Women

ישׂראלדיקע פּאָליציאַנטן בעטן דאָקומענטן בײַ פּאַלעסטינער פֿרויען בײַם „שער־שכם‟ בײַם אַרײַנגאַנג פֿון דער אַלט־שטאָט אין ירושלים
Getty Images
ישׂראלדיקע פּאָליציאַנטן בעטן דאָקומענטן בײַ פּאַלעסטינער פֿרויען בײַם „שער־שכם‟ בײַם אַרײַנגאַנג פֿון דער אַלט־שטאָט אין ירושלים

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published February 18, 2016, issue of March 04, 2016.

לעצטנס, האָט די ישׂראלדיקע צײַטונג „ידיעות אחרונות‟ פֿאַרעפֿנטלעכט די אויספֿירן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט, וואָס עס האָט געשאַפֿן „צה״ל‟ צוזאַמען מיטן „שב״כ‟. דער באַריכט דערקלערט וועגן די טעראָריסטן, וואָס האָבן דורכגעפֿירט די איצטיקע כוואַליע פֿון טעראָריזם אין ישׂראל און פּרובירט צו פֿאַרשטיין זייערע מאָטיוואַציעס.

לויטן באַריכט זענען אַ העלפֿט פֿון די 219 טעראָריסטן, וואָס האָבן אָנגעפֿירט מיט 228 טעראָר־אַטאַקן קעגן ישׂראלים במשך פֿון די לעצטע פֿינף חדשים, ייִנגער פֿון 20 יאָר, און אַרום 11% פֿון זיי זענען פֿרויען.

דער באַריכט קומט צום אויספֿיר, אַז די יונגע טעראָריסטן זענען מאָטיווירט צו גוואַלד־טאַטן צוליב דעם, וואָס זיי פֿילן, אַז ס׳זענען ניטאָ קיין פּאָליטישע לייזונגען צום ישׂראל־פּאַלעסטינער סיכסוך, און אַז זיי פֿילן זיך אָפּגעפֿרעמדט פֿון דער פּאַלעסטינער אויטאָריטעט בכלל און דעם פּאַלעסטינער פּרעזידענט מאַכמוד אַבאַס בפֿרט. דערצו שפּילן די טעלעוויזע־פּראָגראַמען פֿון „כאַמאַס‟, וואָס ווערן טראַנסמיטירט פֿון עזה, ווי אויך די „פֿייסבוק‟־שטראָמען פֿון דער טעראָריסטישער גרופּע, אַ וויכטיקע ראָלע בײַם אינספּירירן די אַטאַקן.

וואָס שייך די יונגע טעראָריסטקעס אַליין האָט מען באַמערקט, אַז זיי שטאַמען בדרך־כּלל ניט פֿון די משפּחות, וואָס געפֿינען זיך אויפֿן ראַנד פֿון דער פּאַלעסטינער געזעלשאַפֿט, נאָר פֿון סטאַבילע און אַפֿילו פֿאַרמעגלעכע משפּחות. די יונגע טעראָריסטקעס זענען פֿון אַ דור, וואָס האָט ניט איבערגעלעבט די ערשטע „אינטיפֿאַדע‟ און געדענקט קוים די צווייטע. דער ייִנגסטער דור טעראָריסטן איז פֿרוסטרירט ניט בלויז מיט דער ישׂראלדיקער אָקופּאַציע, נאָר אויך פֿונעם דוחק אין פּראָגרעס מצד זייערע אייגענע פֿירער און די געשלאָסענע סאָציאַלע ראָלעס אין דער קאָנסערוואַטיווער פּאַלעסטינער געזעלשאַפֿט, וואָס זיי ווילן ניט שפּילן.