„איך וועל נישט האַסן‟

"I Shall Not Hate"

דער רעזשיסאָר און באַאַרבעטער שי פּיטאָווסקי אין תּל־אָבֿיבֿ
דער רעזשיסאָר און באַאַרבעטער שי פּיטאָווסקי אין תּל־אָבֿיבֿ

פֿון עדי מהלאל

Published February 21, 2016, issue of March 18, 2016.
כאַסאַן אַבאַס אין דער ראָלע פֿון איזעלדין אַבולייש
כאַסאַן אַבאַס אין דער ראָלע פֿון איזעלדין אַבולייש

די נײַע טעאַטער־קאָמפּאַניע „מאָזאַיִק‟ (Mosaic) אין וואַשינגטאָן שטעלט איצטער פֿאָר דעם פֿעסטיוואַל „קולות פֿון אַ בײַטנדיקן מיטל־מיזרח‟. אַמאָל פֿלעגט דער דאָזיקער פֿעסטיוואַל פֿאָרגעשטעלט ווערן דורך דעם דירעקטאָר אַרי ראָט, וואָס מע האָט אים לעצטנס אָפּגעזאָגט פֿון דער שטעלע נאָכן דרוק פֿון די בײַשטײַערער, צוליב זײַן „צו קריטישן צוגאַנג כּלפּי ישׂראל‟, באַזונדערס נאָכן סקאַנדאַל אַרום דער פּיעסע „דאָס מודה זײַן זיך‟ פֿון מאָטי לערנער, אין 2014.

האָט ראָט פֿאַרלייגט די נײַע קאָמפּאַניע און אַריבערגעפֿירט דעם פֿעסטיוואַל אין דער נײַער היים אין „אַטלאַס‟ (ATLAS: Performing Arts Center), אויך אין וואַשינגטאָן. מיר איז דאָרט אויסגעקומען צו זען די פֿאָרשטעלונג „איך וועל נישט האַסן‟ (I Shall Not Hate), וואָס איז באַזירט אויפֿן זכרונות-בוך מיטן זעלבן נאָמען פֿון איזעלדין אַבולייש. די פֿאָרשטעלונג איז צום ערשטן מאָל געשפּילט געוואָרן אין 2012 אין „הבימה‟־טעאַטער אין ישׂראל.

אַבולייש, אַ דאָקטאָר פֿון דעם דזשאַבאַליאַ פּליטים־לאַגער אינעם עזה־פּאַס, איז אין 2009 געוואָרן באַקאַנט אין גאָר טראַגישע אומשטענדן. די ישׂראלדיקע מיליטער־כּוחות האָבן, ווי אַ טייל פֿון דער מיליטערישער אָפּעראַציע „צעשמאָלצענעם בלײַ‟, דירעקט באָמבאַרדירט אַבוליישעס דירה, און אומגעבראַכט זײַנע דרײַ קליינע טעכטער און די יונגע פּלימעניצע.

אַזעלכע טראַגעדיעס, וווּ די אומשולדיקע זענען אין עזה דערהרגעט געוואָרן דורך די ישׂראל־כּוחות, זענען געווען נישט די איינציקע. וואָס איז די נפֿקא־מינה מיט אַבוליישן? למאַי האָט דווקא זײַן טראַגעדיע געמאַכט אַזאַ מין רעש אין ישׂראל און איבער דער וועלט?



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.