דאָס נײַע אַרומנעמיקע ענגליש־ייִדישע ווערטערבוך

The New Comprehensive English-Yiddish Dictionary

Yehuda Blum

פֿון הערשל גלעזער

Published February 21, 2016, issue of March 18, 2016.

ווי די לייענערס קערן שוין וויסן, וועט הײַיאָר אַרויסקומען אַן אַרומנעמיק ענגליש־ייִדיש ווערטערבוך, אונטער דער רעדאַקציע פֿון גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט און אַני־הקטן, עטלעכע יאָר נאָכן אַרויסקום פֿונעם אַרומנעמיקן ייִדיש־ענגלישן ווערטערבוך פֿון שלום ביינפֿעלד און חיים באָכנער. דאָס נײַע ווערטערבוך וועט אַרײַננעמען פֿופֿציק טויזנט פּאָזיציעס מיט פֿינעף און דרײַסיק טויזנט סובפּאָזיציעס, ד״ה, ס‘וועט זײַן דאָס גרעסטע ביזאיצטיקע ייִדישע צוויישפּראַכיקע ווערטערבוך.

בײַם צונויפשטעלן אָט דעם באַנד איז, פֿאַרשטייט זיך, אַ היפּש ביסל מאָל אויסגעקומען אויסצוזוכן ייִדישע עקוויוואַלענטן פֿון ענגלישע ווערטער, וואָס זיי זענען אין די פֿריִערדיקע ווערטערביכער נאָך נישט אַרײַן. אײַ, וווּ זשע זוכט מען? איז דער תּירוץ: וווּ זוכט מען נישט? בײַ אוריאל ווײַנרײַכן, בײַ האַרקאַווין, אינעם גרויסן ווערטערבוך, בײַ ביינפעלדן און באָכנערן, בײַ יצחק ניבאָרסקין (סײַ אינעם ייִדיש־פֿראַנצייזישן ווערטערבוך, וואָס אויף דעם סמך האָבן ביינפֿעלד און באָכנער צונויפֿגעשטעלט זייערס), סײַ אין זײַן ווערטערבוך פֿון לשון־קודש־שטאַמיקע ווערטער, סײַ אינעם רוסיש־ייִדישן ווערטרבוך פֿון 1984, סײַ בײַ סטוטשקאָוון אינעם „אוצר“.

איר זענט נאָך נישט פֿאַרטיק: אויב מע איז אַ וואָרט נישט דערגאַנגען מיטן הויפּטוועג, געפֿונען אין אַ ייִדישן מקור, האָט מען אַ מאָל געמוזט גיין אויף הינטערוועגן, דורך פֿרעמדשפּראַכיקע מקורים: אַ שטייגער, אָנגעהויבן מיט אַן ענגליש־דײַטשן ווערטערבוך, דערנאָכדעם מיט אַ דײַטשיש־טשעכישן, מיט אַ טשעכיש־רוסישן און צום סוף, מיטן רוסיש־ייִדישן. טייל מאָל איז די „נסיעה“ געווען אַ געראָטענע — מע האָט געפֿונען דאָס וואָס מע זוכט — טייל מאָל נישט.

מיט כּלערליי אינטערנעץ־ווערטערביכער האָבן מיר זיך אויך באַניצט, ספּעציעל די „וויקי…“־נוסחאָות, וואָס דורך זיי קען מען איינס־צוויי געפֿינען אַדעקוואַטן אויף צעדליקער לשונות. דאָס איז דער הויפּט צו ניץ געקומען בײַם אויסזוכן מאָדערנע טערמינאָלאָגיע. ווען ס׳האָט דאָס ווערק פֿאַרטראַכט מרדכי שעכטער ע״ה, האָט ער בדעה געהאַט אַרײַנצונעמען בלויז ווערטער און טײַטשן, וואָס זענען אויפֿגעקומען זינט ס׳איז אַרויס אוריאל ווײַנרײַכס ווערטערבוך, אין 1968. נישט־געקוקט דערויף, וואָס די רעדאַקציע האָט באַשלאָסן אויסצוברייטערן דאָס ווערק און אַרײַנצונעמען אַל דאָס מעגלעכע, איז דער גרעסטער אויפֿטו דאָ אפֿשר דאָס אָנגעבן ייִדישע עקוויוואַלענטן צו די אָן אַ שיעור נײַע טעכנישע און אַנדערע טערמינען, וואס זענען אויפֿגעקומען דורך די פֿאַרגאַנגענע פֿופֿציק יאָר.

פֿאַרשטייט זיך, אַז צו אַ סך פֿון די ענגלישע נעאָלאָגיזמען (לאָמיר נישט פֿאַרגעסן, אַז אויף ענגליש טראַכט מען כּסדר צו נײַע ווערטער), האָט מאַמע־לשון נישט קיין פֿאַרטיקע עקוויוואַלענטן. טייל מאָל איז אָנגעקומען זייער גרינג: אויב איר געדענקט, אַז ביז מיט עטלעכע און דרײַסיק יאָר צוריק זענען דאָך קאָמפּיוטערס געווען ריזעדיק גרויס, געדענקט איר אַוודאי אויך, אַז אין די 1980ער יאָרן האָט מען אָנגעהויבן צו פּראָזוצירן מיקראָקאָמפּיוטערס (microcomputers) און טיש־קאָמפּיוטערס (desktop computers). נו, אָבער נישט אַלע מאָל איז עס אַזוי גרינג. וואָס זשע דאַרף דאָ זײַן דער צוגאַנג?

פֿאַראַן בײַ די אומות־העולם, ווי באוווּסט, דרײַ פֿאַרשיידענע צוגאַנגען: 1. לײַען פֿון דער פֿרעמד 2. באַנײַען — איבערניצעווען — עלטערע ווערטער 3. צוטראכטן נײַע ווערטער. ס׳ווענדט זיך, וווּ און בײַ וועמען: די דײַטשן האָבן אַ טבֿע צו נעמען מאַסנווײַז פֿון ענגליש, בשעת די פֿראַנצויזן, וואָס האָבן כּלומרשט מורא, אַז צוליב דער ענגלישער השפּעה וועט זייער לשון אונטערגיין, באַמיִען זיך צוצוטראַכטן — אָט זאָגן זיי נישט computer, נאָר ordinateur. קלענערע פֿעלקער, וואָס ווילן נישט, אַז זייער לשון זאָל פֿאַרשווענקט ווערן פֿון גרעסערע, באַמיִען זיך אויך צוצוטראַכטן; אָבער הײַנט האָבן, אַ שטייגער, די טשעכן אין אַ געוויסער מאָס אויפֿגעהויבן די הענט און יאָ אַרײַנגענומען ענגלישע טערמינאָלאָגיע, וואָס דערפֿון וואָלטן זיי זיך מיט הונדערט יאָר צוריק שטאַרק געהיטן (וועגן דעם טשעכישן צוגאַנג צו זייער לשון בכלל — בײַ אַן אַנדער שעת־הכּושר).

און מאַמע־לשון? אין מיזרח־אייראָפּע צווישן די וועלט־מלחמות איז דער צוגאַנג געווען אַ געמישטער: די צײַטונגען און דאָס פֿאָלק, וואָס איז בײַ די צײַטונגען „געגאַנגען אין חדר“, האָבן אַ סך גענומען פֿון דער פֿרעמד — פֿון דער לאַנדשפּראַך און פֿון דײַטש. די שפּראַך־באַוווּסטזיניקע, ספּעציעל אַרום דעם ייִווא, האָבן זיך אָנגעטאָן אַ כּוח וואָס ווינציקער צו לײַען, וואָס מער צו באַנײַען און שאַפֿן. אויב מע לייענט מאַקס ווײַנרײַכס אַרבעטן אין די ערשטע נומערן „ייִדישע שפּראַך‟ (1941־42), דערוויסט מען זיך וואָס ער, און דער ייִווא, האָט געהאַלטן דערפֿון.

איז וואָסער מין לשון וויל די רעדאַקציע אַרויסגעבן דעם עולם? אַ לשון, וואָס איז פּאַסיק פֿאַר ייִדן (און נישט־ייִדן) ייִדיש־רעדערס איבער דער גאַנצער וועלט. אײַ, די אַמעריקאַנער חסידים וועלן גיכער ווײַטער גיין מיטן גאַנג, אַז לײַען פֿון ענגליש איז גענוג, בשעת די ישׂראלדיקע — פֿון עבֿרית… מיט דער צײַט וועט זיי, אַוודאי, ווערן אַלץ שווערער זיך צונויפֿצורעדן, ספּעציעל וועגן הײַנטצײַטיקע ענינים. האָבן מיר געשטרעבט דערצו, אַז ס׳זאָל זײַן אַ ווערטער־אוצר אַ ייִדישער פֿאַר דער גאנצער וועלט. דעריבער האָבן מיר געשאַפֿן, וווּ ס׳איז געווען נייטיק, נישט בלויז אויפֿן סמך פֿון ענגליש, נאָר אויך פֿון פֿראַנצייזיש, שפּאַניש, דײַטש, רוסיש, פּויליש, עבֿרית, דהײַנו — אַלע לשונות, וואָס זענען איצט משפּיע אָדער האָבן אַ מאָל משפּיע געווען אויף מאַמע־לשון.